מעלאָדיעס

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טינט
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

מעלאָדיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

.




הארמאניעס, מוזיק קלאנגען, דעם ריטעם נישט דערלייגן,
פינעף שורות, לאנגע גלייכע ליניעס, שטריכן פון נאטן,
ווייזן אן צו שפילן גענוי ווי אנגעוויזן פונקטליך גענוי,

זינגען צוזאמען א הארציגע לידל.

איך וויל אויך אינעם סימפאניע, א טייל ווי יעדן אזוי,
איך וויל אויך פאלגן, אבער מיין פינגער מיך פארראטן,
אומבאקאנטע געזאנג, איך קען זיך צום יעדער נישט בייגן.

מיך ציט די שאטן פון מיין בוים אפרייסן פרישע זיסע פייגן,
זיי ווי יעדן; דריי ווערטער, זאלץ אויף די וואונדן געשאטן,
מיין זעל וויל פליען אינדערהייעך, נישט בלייבן גרוי,

צוריסן די סטרונעס פונעם פידל.

יא, איך בין אנדערש, די געפילן, סענסיטיוו, אפן, רוי,
ווי א קינד, ניי, באשאפן, מיין וועג אליינס אויסגעטראטן,
צווישן ליניעס און נאטן, זינגט זיך מיין הארץ, א לידל אייגן.



.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5227
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: מעלאָדיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

עס קומט ליכטיגע צייטן! טינט האט די שלעסער צובראכן! גענדיגט מיט די צמצום! ס'גייט זיך גיסן געפילן, אן עס אריינבאקסן! ווער ווייסט, אפשר ווער ער נאך ארויסגעבן א סידי. לאמיר האפן. שראלי גרין האט געוויזן אז די באדן איז גרייט.

עפעס א געפיל זאגט מיר אז עס איז פארהאן א טאן פאר די פאעזיע, שיק אריין.

אפשר וועסטו נאך קאטשקענען סתם, אן קיין פונקטליכע גראמען, נאר פלעין רוי, אזוי ווי אונזער אומפארגעסליכע @סטראקעס
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
אוועטאר
טינט
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: מעלאָדיעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

העי @Bissli מיין פריינט און ברודער, יישר כח פאר דיינע שטענדיגע קאמפלימענטן און ווארימע רייד.

און איך וועל דיר זאגן דעם אמת, צומאל טראכט איך אויב איך זאל נאך עפעס ארויפלייגן אויפן סיסטעם, זינט מיינע סחורה באקומען היבש ווייניג באקוקעכצער אין די לעצטערע וויילע...

אבער דאן טראכט איך פון דיינע קאמלימענטן, און עס ווערט מיר ווארעם אויפן הארצן.

א דאנק. באמת, א דאנק.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”