מיר מוזן העלפן דעם חשובען אינגערמאן!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4708
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

מיר מוזן העלפן דעם חשובען אינגערמאן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

טייערע חבירים וידידים, די מעשה אונטן איז מיר זייער נאנט צום הארצן משום כמה סיבות... און איך בעט זייער מען זאל העלפן.

קודם כל, ישר כח פאר די טייערע אידן וואס האבן אנגעהויבן די קאמפיין! ישר כח. שכרכם הרבה מאוד!

איך בעט ענק אלע, מיר מוזן העלפן דעם חשובען אינגערמאן. איך האב שוין פערזענליך אריינגעלייגט אין די צוועק טויזענטער דאלאר. ביטע העלפט!

רבותי,מיר גייען בעז"ה ראטעווען דעם טייערן איד! אין געדענקט, מען האנדלט דא פון א אינגערמאן, וואס ווען די מעשה איז ווען פארקערט, און מען קומט אים בעטן צו העלפן א צוויטע איד וואלט ער קיין איין רגע נישט געטראכט פארדעם און תיכף אריינגעטאנצן און געטוהן אלעס אין די וועלט צו העלפן א איד אין נויט, אצינד בעט זיך דער איד,העלפט מיר, איך האלט עס נישט אויס!!

=====================================================
https://thechesedfund.com/helpmeimbroke/wedding
=====================================================


טייערע אידן, עפנט אייער הארץ און הערטס אויס דעם קרעכץ פון א היימישע אינגערמאן וועלכע שרייט ראטעוועט איך ברעך אינטער!

עס האנדלט זיך איבער א היימישע חסידישע אינגערמאן וואס האט ליידער מיטגעמאכט גאר א שווערן לעבן, זייענדיג א יתום מאב ואם פון קינדווייז אן,ער האט ב"ה חתונה געהאט און אופגעשטעלט א שטוב מיט לעכטיגע קינדער בלעה"ר און האט ער זיך אפילו געסטעלט מיט א נארמאלע פרנסה און ער קען ריכטיג ווערן אנגערפן אנהנה מיגיע כפו, זייענדיג מקיים דעם יצא אדם לפעלו ארבענדיג שווער שעות ארוכות זיך צו מפרנס זיין, צו קענען דעקן זיינע טאג טעגליכע געברויכן

ליידער האט לעצטענס פאסירט אז דער אינגערמאן האט רח"ל באקומען שרעקליכע יסורים אויף זיין רוקן, וואס דאס האט אים פאראוממעגליכט צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין ארבעט,קיין אוועקגעלייגטע געלטער האט ער נישט, פרישע געלט מאכט ער נישט, און ער האט נישט פון ווי צו לעבן ווייטער, פינטל.

רבותי,מיר גייען בעז"ה ראטעווען דעם טייערן איד! אין געדענקט, מען האנדלט דא פון א אינגערמאן, וואס ווען די מעשה איז ווען פארקערט, און מען קומט אים בעטן צו העלפן א צוויטע איד וואלט ער קיין איין רגע נישט געטראכט פארדעם און תיכף אריינגעטאנצן און געטוהן אלעס אין די וועלט צו העלפן א איד אין נויט, אצינד בעט זיך דער איד,העלפט מיר, איך האלט עס נישט אויס!!

קליקט יעצט דא און געט אפ אייער ווארעמהארציגע נדבה מיר בעטן אייך בכל לשון של בקשה, שטרענגט אייך אן מיט שיינע נתינות, קומט ארויס און העלפט א אידישע פאמיליע פון אינטערגיין

און אין דעם זכות וועט אייך דער אבי היתומים העלפן און בענטשען מיט כל מיני ברכות האמורות בתורה, עם כל משאלות הלב, אמן ואמן.


=====================================================
https://thechesedfund.com/helpmeimbroke/wedding
=====================================================
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
אלץנארגוט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:21 pm

Re: מיר מוזן העלפן דעם חשובען אינגערמאן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץנארגוט »

אריינעלייגט שכח פארן מזכה זיין.
אלץנארגוט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:21 pm

Re: מיר מוזן העלפן דעם חשובען אינגערמאן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץנארגוט »

איין מינוט... איך זעה יעצט אז סאיז א אלטע קאמפיין.. מען דארף נאך אלס?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”