ר' אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט אריינקומען אין א בית האבל, און זיצן שטיל. ער האט געזאגט אז מ'זעט נישט אין די פוסקים קיין שום דיבור וואס מען זאל דארפן זאגן פאר אן אבל, ווייל עס איז פשוט נישט פארהאן די ריכטיגע דיבורים, דעריבער איז מיין מנחם זיין בלויז דאס אז איך קום און איך ווייז פאר'ן אבל אז איך בין זיך משתתף מיט זיין צער.
איך האב אויך געהערט פון א איד וואס איז ל"ע פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין טאט'ן אלץ בחור, און דער צעהלימ'ער רב זצ"ל איז געקומען מנחם זיין, אז דער צעהלימ'ער רב האט ממש נישט ארויסגערעדט קיין ווארט, נאר געזיצן שטיל.
איך בין שוין ליידער אויך געזיצן שבעה נאך א קרוב וואס איז אוועק אינגערהייט ר"ל. דער אבל ערווארט נישט אז קיינער זאל אים אנקוקן ווי אן אומבאהאלפענער וועמען מען דארף מחזק זיין. פונקט ווי א מחותן ביי א חתונה ערווארט נישט פון קיינעם קיין ספעציעלע ווערטער, נאר ער וויל מען זאל קומען מיט א שמייכל זיך מיטפרייען, און וואונטשן. דאס זעלבע איז פארקערט.דער אבל איז נישט נייגעריג אין די דברי חיזוק וואס א פרעמדער האט אים צו זאגן. בסך הכל וויל ער אז מען זאל קומען זיך משתתף זיין מיט זיין צער, און ארויסווייזן מיטגעפיל. און אויף דעם דארף מען נישט קיין דיבורים חוץ דאס וואונטשן ביים ארויסגיין אז מען זאל מער נישט וויסן פון קיין צער.
פארפרוירןהאט געשריבן:↑פרייטאג אוגוסט 23, 2024 10:11 am