'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5392
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

מענטל העלט האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 10, 2024 10:39 pm
@נשמה קענסט מיר העלפן צו אויספיגערן מיין נאמבער?
1 - איך בין גאנץ פערפעקט
2 - איך האב ליב צו העלפן מענטשן אבער עס איז זיכער נישט מיין עיקר נאמבער
3 - מיין חלום איז צו זיין א מוצלח בעיני הבריות
4 - איך בין גאר שטארק אינדווידועל און געפיליש
5 - איך בין א בעל מחשבה אבער עס איז לכאורה נישט מיין עיקר נאמבער
6 - איך בין גאנץ אומזיכער
7 - איך ענדזשוי גאר שטארק
8 - איך האב ליב צו פירן
9 - לכאורה נישט

סך הכל: קען זיין 1,3,4,6,7,8
א פליגל פון 5 און 7 און 2
די איינציגסטע נאמבער וואס איך בין זיכער נישט איז 9.
@נשמה קענסט מיר העלפן?
איך בין נישט נשמה, אבער אן זיין נשמה און אן מער דערגרינטעווען און אנאלאזירן - בלויז ווי אזוי דו האסט עס געשריבן, א 6 מיט א 5 און 7 פליגל מאכט לכאורה סענץ.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6053
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מענטל העלט האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 10, 2024 10:39 pm
@נשמה קענסט מיר העלפן צו אויספיגערן מיין נאמבער?
1 - איך בין גאנץ פערפעקט
2 - איך האב ליב צו העלפן מענטשן אבער עס איז זיכער נישט מיין עיקר נאמבער
3 - מיין חלום איז צו זיין א מוצלח בעיני הבריות
4 - איך בין גאר שטארק אינדווידועל און געפיליש
5 - איך בין א בעל מחשבה אבער עס איז לכאורה נישט מיין עיקר נאמבער
6 - איך בין גאנץ אומזיכער
7 - איך ענדזשוי גאר שטארק
8 - איך האב ליב צו פירן
9 - לכאורה נישט

סך הכל: קען זיין 1,3,4,6,7,8
א פליגל פון 5 און 7 און 2
די איינציגסטע נאמבער וואס איך בין זיכער נישט איז 9.
@נשמה קענסט מיר העלפן?
פארוואס נישט 9?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 'אניאגראם'- די 9 סארטן מענטשן און זייערע נאטורן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מענטל העלט האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 10, 2024 10:39 pm
@נשמה קענסט מיר העלפן צו אויספיגערן מיין נאמבער?
1 - איך בין גאנץ פערפעקט
2 - איך האב ליב צו העלפן מענטשן אבער עס איז זיכער נישט מיין עיקר נאמבער
3 - מיין חלום איז צו זיין א מוצלח בעיני הבריות
4 - איך בין גאר שטארק אינדווידועל און געפיליש
5 - איך בין א בעל מחשבה אבער עס איז לכאורה נישט מיין עיקר נאמבער
6 - איך בין גאנץ אומזיכער
7 - איך ענדזשוי גאר שטארק
8 - איך האב ליב צו פירן
9 - לכאורה נישט

סך הכל: קען זיין 1,3,4,6,7,8
א פליגל פון 5 און 7 און 2
די איינציגסטע נאמבער וואס איך בין זיכער נישט איז 9.
@נשמה קענסט מיר העלפן?
ב"ה

אפשר שרייבסטו אראפ וויאזוי דו האלסט אז דו ביסט, אן נעמען אין באטראכט אזא מין זאך ווי די נומבערס. סתם "צווישן אלע אנדערע מענטש וועם איך קען, בין איך אזא און אזא סארט מענטש וואס... איך בין אזא און אזא סארט מענטש. בעיקר קוקט מיר אויס אז עס וויל זיך מיר... און רוב צייט אין טאג טראכט איך פון... איך בין אלץ געווען אזוי און אזוי... בערך. חוץ אויב דו האסט מורא פון גילוי

איך וויל זאגן אז דו ביסט א דרייער מיט א פירער פליגל. אדער אפשר גאר א פירער מיט א דרייער פליגל. ווייל דו שרייבסט: מיין חלום איז צו זיין א מוצלח בעיני הבריות. אבער דו דארפסט פרעגן דיינע ארומיגע וואס קענען דיר, און קענען דעם אניאגראם. איך האלט אז איך בין נישט דער וואס קען לייכט ענטפערן דערויף. במשך די יארן האב איך געזען אז אנדערע קענען עס בעסער. אדער אפשר סך בעסער.

כדי צו קענען דעם אניאגראם, און צו קענען טייפן מענטשן לויט די אניאגראם, דארף מען דאס אויסשמועסן מיט די וואס קענען עס שוין גוט. נישט אז זיי קענען גוט דעם ביכל, נאר זיי האבן שוין געכאפט וואס איז דאס א איינזער, און בעיקר ווער איז וואס. ס'נעמט נישט לאנג. כאפסט אמאל א שמועס מיט א עלטערער וואס האט שוין געהערט דערפון יארן צוריק, אזא איינער וואס האט דאס פרובירט צו קענען. און האט שוין דערין א קלארקייט. און יענער לערנט דיך אויס אין א פאר מינוט, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן פארברענגען צייט אויף אומזיסטע מחשבות. אויב דו זעסט דיך ווערן פארנומען דערמיט צו סך, איז דאס נאר א ראי' אז דו דארפסט עס אויסשמועסן מיט די וואס קענען עס.

איינער וואס קען עס גאנץ גוט, ווייזט דיר אן אויף פלוני און זאגט דיר "זעסט יענם דארט, יענער איז א אכטער!"

א 'אכטער' ? איך האב געמיינט א צווייער. קוק ווי ער שמייכלט צו מענטשן.

ניין. נישט דאס מיינט א 'צווייער'. ער מעג שמייכלן פון היינט ביז מארגן. זעסט נישט אז ער איז א אכטער. זעסט נישט ווי ער פייפט אויף די וועלט, און ער וויל אז אלעס זאל גיין זיין וועג. וואלט ער געווען א צווייער, וואלט ער געווען מער צווייעריש, מער געפיליש, סך מער ליבליך.

אה, דאס מיינט א אכטער

און זעסט יענעם דארט, יענער איז א איינזער

א איינזער? איך האב געמיינט אז ער איז א זעקסער ווייל ער וויל אגאנצן צייט מאכן זיכער זאכן

ניין. נישט דאס מיינט א זעקסער. ער וויל זיכער מאכן אז אלעס לויפט פערפעקט. ער איז א איינזער. זעסט נישט?

יא, יא. יעצט זע איך. שטומט.

און זעסט יענעם דארט, יענער איז א פירער.

א פירער? איך האב געמיינט אז ער איז א פינעווער, ווייל ער טראכט אגאנצן טאג.

ניין. נישט דאס מיינט א פינעווער. ער טראכט טאקע אגאנצן טאג, אבער דאס מערסטע טראכט ער פון זיינע געפילן. און פון זיינע פראבלעמען אז ער איז כמעט גארנישט ווערד

און אזוי ווייטער. טראכט נישט אליין, ווייל ס'נעמט צייט. און סאיז א שאד די צייט. דו קענסטעך עס אויסלערנען אין מינוטן, דורך דעם וואס דו טרעפסט די וועלכע קענען עס שוין גוט. איינמאל דו כאפסט די עכטע געדאנק פון א איינזער, און פון א צווייער, וועלן דיינע מחשבות דיך אויפהערן פייניגן אז דו זאלסט פיגערן.

שוין. והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו ח"ו.
הארץ שפראך
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm

הארץ סטרינעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארץ שפראך »

אזוי ווי איך בין באשאנקען /געפריווט געווארן מיט די פיר נאטור, האב איך געפענט אן אשכול צו ארויס גיסן מיינע שטירעמישע רעיונות, געפילען, דמיונות, א.א. וו.
איך האב אנגעהויבן צו באשרייבן די קאמפליצירטע, ווייטאגליכע,רייכע, לעבנס שטייגער פונעם פיר, אינטערן קעפל א נפש אהן א גוף,.
איך בין נייגעריג וואס מיינע קאלעגעס פירערליך זאגן דערצו, איז עס באמת אינטערסאנט? אדער איז עס א חלק פון מיין דראמאטישן כוח הדמיון.
viewtopic.php?p=5347645#p534745
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”