חדשות אני מגיד (נאר בגדר נייעס אן זיך אריינצולאזן אין די סוגיא פון איסור והיתר, מ'וועט נאך א וודאי הערן דעת תורה פון רבנים) זאגט מיר איינער, אז ערעגץ ווי ארבעט מען יעצט אויף א פרוייקט אויסלערנען IA קענען הערן און אויף שרייבן שיעורים פון רעקארדינג טרענסקיפשן, עס קען איהם נעמען גאנצע פאר מינוט אפשרייבן, א 1.000000 שיעורים פון קול הלשון למשל אין מיט א קליינע סערטש וועט מען קענען א זוכטוהן, עס גייט זיין מים שאין להם סוף... דער משוגענער IA גייט אליינס מגיה זיין זיין געשראבעכטץ, אויסשטעלען סטיליזרן, פינטלן אין וואס איר ווילט נאר.. ונזכה ונחיה...
ספרים מיט קונטרסים בהלכה וחסידות, ספרים וואס זיי האבן טורח געווען ציי מלקט זיין זיך געלאזט קאסטן צו דריקן \ איבער דרוקן און בטובת עינם געגעבן פאר דער לומדי תורה הנאה צו האבן פון דעם.
אשריהם ואשרי חלקים
א"ל ר' חייא: אנא עבדי דלא משתכחה תורה מישראל, דאייתינא כיתנא ושדיינא, ומגדלנא נישבי וציידנא טביא, ומאכילנא בישרא ליתמי, ואריכנא מגילתא ממשכי דטביא, וסליקנא למתא דלית בה מקרי דרדקי, וכתיבנא חמשא חומשי לחמשא ינוקי, ומתנינא שיתא סידרי לשיתא ינוקי, לכל חד וחד אמרי ליה אתני סידרך לחברך. והיינו דאמר רבי: כמה גדולים מעשה חייא.
זייט איהר אויך מצטרף צו דעם תורה'דיגער נדבת הלב שיקט איןדא אין מיילאייער ספר,
אויב האט איהר נישט קיין ספר אויף PDF, איז גענוג איהר זאלט אריין געבן אייערהסכמהצו קענען ארויף לייגן אויף אוצה"ח דער ספר וואס איהר האט דע זכות דערויף,
אדער גיט איבער דער הסכמה בשם המוציא לאור. אין האט א חלק אין פארשפרייטן תורה וחסידות, מהנה צו זיין אידן.
ומידה כנגד מידה, וועט אייך דער בורא עולם אויך מהנה זיין בברכת התורה ולומדיה, בזכות הגאונים והצדיקים המחברים ותורת פיהם, זכר צדיקים לברכה.
דא וועט איר קענען מקיים זיין מנהג ישראל תורה כדרכם בקודש של גדולי חכמי ישראל וואס האבן געשיקט פאר משלוח מנות זייערע הייליגע חיבורים וחידושי תורה אין מזכה געווען כלל ישראל מיט אורה זו תורה לדורות עולם.
אט דא וועט איר אויך קענען שיקן פאר אלע תלמידי חכמים איבער דער גארער וועלט משלוח מנות די אייגענע חידושי תורה ופסקי הלכה ודברי חסידות ואגדה וקבלה ובכל המקצועות חדרי תורה פרי עמלכם חלקכם בתורה
.
אשריכם ואשרי חלקכם
א ליסטיג'ן ליכטיגן כשר'ן פורים פאר אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם.
פארגעס נישט, רוב מחברים זענען בני תורה וואס האבן נישט קיין מיליאנען אין זייערע קעשענעס.
זיי געבן אוצר החכמה בחינם און נאך כל מיני זאכן פאר יעדער וואס טראגט זיך אן צו ברענגען ספרים, און פארשטייט זיך ברענגט. דער מייסד האשכול איז לכאורה אויך דא פאר די איינע סיבה...
חדשות אני מגיד (נאר בגדר נייעס אן זיך אריינצולאזן אין די סוגיא פון איסור והיתר, מ'וועט נאך א וודאי הערן דעת תורה פון רבנים) זאגט מיר איינער, אז ערעגץ ווי ארבעט מען יעצט אויף א פרוייקט אויסלערנען IA קענען הערן און אויף שרייבן שיעורים פון רעקארדינג טרענסקיפשן, עס קען איהם נעמען גאנצע פאר מינוט אפשרייבן, א 1.000000 שיעורים פון קול הלשון למשל אין מיט א קליינע סערטש וועט מען קענען א זוכטוהן, עס גייט זיין מים שאין להם סוף... דער משוגענער IA גייט אליינס מגיה זיין זיין געשראבעכטץ, אויסשטעלען סטיליזרן, פינטלן אין וואס איר ווילט נאר.. ונזכה ונחיה...
איר רעדט מסתמא פון עברית, בכל מקרה גלייב איך עס וועט נאך נעמען א שיינע פאר יאר ביז די חלומות וועלן צושטאנד קומען.
(בדרך הלצה: מיין אידענע זז״ז פארלאנג יעדן נייע ספר וואס איך קויף טראגן אן אלטן אין בעימענט/שיימעס/אוועקגיבן... וכן הכי יעדן ספר וואס ער נעמט ארויס וועט ער קריגן פרישע גוטע)
ווי שוין געשריבן פריער לכתחילה וואלט איך געוואלט דער שמועס זאל שנירנעל און אן עקסטער אשכול.
לענ"ד ארויס נעמען איז לאו דווקא גריגער ווי אריין לייגן. עס רעדט זיך פון א ים מיט ספרים וואס ווערן געסקרינט, יעדער ביהמ"ד האט אדער געהאט ספרי קודש מיט הקדמות מלא כפירה רח"ל קיינער האט דאס נישט באמערקט. למשל הקדמה פון משניות ע"ב פירושים. אין לדבר סוף און מקען נישט יעדן צופרידן שטעלען סדא חוקרים וואס דארפן פארשידענע קובצים, וכו' וכו' א ספר ריין כפירה טאמיר סדא אזוינס קען מען\דארף מען אנמערקן און סווערט ארויס גענומען. עס איז לייכטער מרבה זיין אור תורה ווי אויסקערן בהאלטענע שמוץ, שיקט ספרים און זייט ממזכי הרבים מרבה זיין אור התורה.
אויב טוען זיי עס פאר די נאמען, זאלן זיי עכ"פ באקומען די נאמען מיט שיינע טיטלען, נישט סתם פלוני בן פלוני אן אפילו א ר' (בפרט ווען מ'רעדט פון אלטע ספרים פון ראשונים כמלאכים מעגן זיי ליגן לכה''פ א ר', ס'קומט אפשר נישט ממש אריין דא אבער ס'באדערט מיר שוין זייער זייער לאנג...)