בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6339
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אה''ו האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:18 pm
@בן נחום, האו עבאוט אז אמעריקא ברויכט נישט איינהאלטן די ווארשעווער פאקט זינט רוסלאנד האט אומאויפהערליך געבראכן די מינסק אפמאך?

די רובל איז גאר גאר שטארק געפאלן אפילו דו שרייבסט אז נישט. גיי קוק עס נאך.

און לגבי מערב וועלט סופארט פאר אוקריינא לעבסטו אין טאטאלע לאלא לענד, סארי פארן זאגן, אבער די מיליטערישע מצב אויפן פראנט איז אין אוקריינא’ס פעיוואריט. אלעס אדאנק מערב וועלט הילף.

איינמאל דיינע נישט געשטויגענע פאקטן זענען אויסגעבלאזן וועל איך לאזן די רעשט פון די בנין אליינס צופאלן.

לחיים!

און ביטע שיק מיר א ליסט פון די ”נאך פילע” וואס האבן אריינגעשיקט אפליקאציעס צו אריינגיין אין בריקס.
די רובל איז שטארק געפאלן אנהייב מלחמה און נאך אפאר חדשים איז עס שוין צוריק געווען העכער ווי פאר די מלחמה, סוף אוגוסט איז עס צוריק געטראסקעט זייער נידריג און יעצט גייט עס צוביסלך ארויף.

נישט אז זיי שטייען גוט נאר פשוט צו וויסן די פאקטן.
🔥🕯🕯🔥
יִזְכֹּר אֱלוֹקְים אֶת נִשְׁמוֹת אֲחֵינוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, חַלְלֵי טֶבַח שִׂמְחַת-תּוֹרָה, נִשְׁמוֹת אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל, שֶׁהוּמְתוּ וְשֶׁנֶּהֶרְגוּ וְשֶׁנֶּחְנְקוּ וְשֶנִשְרְפוּ חַיִּים, עַל קְדֻשַּׁת הַשֵּׁם.
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

מלך החכמים האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:57 am
בן נחום האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 1:54 pm
איך ווייס נישט צו דאס געהערט ביי עקאנאמישע אדער פאליטישע נייעס, ובכל אופן בין איך נישט די גרעסטע עקספערט, אבער אז איך זע אז עס איז נאכנישט דא קיין אשכול פאר דעם האב איך גענומען די פתיחה כיבוד.
עס איז יעצט געווען אין די נייעס א (אפיציעל) אומוויכטיגער אנקאדאט, אז די עמעראטן און סאודיע אראביע האבן צווישן אנדערע זיבן לענדער זיך יעצט אנגעשלאסן אין די בריקס פאראיין.
לאמיר אנפאנגן מיט פריע היסטאריע, צו פארשטטיין געבן וואס דאס מיינט, און איך לאדן יעדעם זיך צו דינגן אדער קאמענטירן, ווייל איך בין זיכער אז אנדערע דא קענען זיך בעסער אויס (און טאקע דערפאר וואונדער איך זיך פארוואס עס איז נאך נישט דא אזא אשכול)
נאך די גרעיט דעפרעשן - צוזאמען מיט די אנטוויקלונג פון האנדל, די וועלטס קריג,און די אומפראקטישקייט פון רויע מאטריאלן אלס וואלוטע - האבן זיך 1944 די פעלקער צוזאמגענומען, און באשלאסן צו מאכן א מאנטערי פאנד. די געדאנק דעפון איז געווען, אז וויבאלד אמעריקע איז געווען צוליב איר פאליטישע און געאגראפישע מצב די מערסטע סטאביל, איז די אמעריקאנע דאללאר געווארן פאררעכנט אויפן פלאץ פון גאלד, און אלע וואלוטעס האבן אנגעפאנגן צו לויפן לויט דעם.
נאך די וועלטס קריג, האט דאס געגעבן אומבאגרעניצט מאכט פאר אמעריקע, צוליב דעם וואס יעדער האט געמוזט צוקומען צו זיי. דאס האט זיי געגעבן די כח פון גרונדן די יו ען און אלע אנדערע אזוי גערופפענע "וועלטס ארגענעזאציעס" וואס עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז זיי אלע זענען דירעקטע פליגלען פון אמעריקע און זייערע אפיליאירטע.
מיט די גרינדונג פון וועלפעיר און די וויעטנאם קריג - וואס לויט טייל איז דאס די אומאפיציעלע אנפאנג פון די עפאכע פון דיעפ סטעיט, וואוק, און אלע אנדערע ליבערעאלע טיפשות - האט אמעריקעס גלאנץ אלס סטאבילע עקאנאמיע אנגעפאנגן צו אונטערהינקן, צוליב דעם וואס די אימפארט-עקספארט רעשיאו האבן שוין נישט געשטימט, און עס האט זיך אנפאנגן די נייע עפאכע פון אמעריקאנע חובות - און פארם פון טרעזשארי באנדס/ אמעריקאנע דאללארן וואס יעדער מוז בלית ברירה געטרויען, אן גארנישט צו באקומען פאר דעם. צו ראטעווען די מצב, האט אמעריקע געטון פארשידענע פעולות, ווי די לעכערדיגע דעבט סילינג ועוד.
די הויפט זאך וואס האט דאן געראטעוועט די מצב, איז געווען די הסכם מיט סאודיע אראביע און די עמעראטן, אז זיי גייען נאר אקצעפטירן פאר זייערע גאזן די אמעריקאנעם דאללאר - וואס דאס האט געצווינגן לענדער צו ווייטער זיך רעכענן מיט די אמעריקאנעם דאלאר.
לאמיר אביסל אריבערשפרינגען. נאכן צוזאמפאל פון קאמונזים, האט רוסלאנד זיך געזעצט צום ווארשעווען פאקט, און אפיציעל אנגעפאנן צו זיין אוועילעבל פאר נארמאלע פארהאנדלונגען מיט די מערב וועלט. גאנץ שנעל, האבן זיך זיי זיך אבער איבערצייגט אז מיט די דזשי 7,8,,20 אדער סיי וויפיל, און די אנדערע אזוי גערופענע "פעלקער ארגעניזאציעס" איז אלעס א איינזייטיגע שלום און א אינטערנאציאנלע בלינדע לאיאליטעיט צו אמעריקע.
ווילנדיג ראטעווען דעם מצב, האבן זיי געגרינדעט בריקס.
בריקס איז בראזיל, רוסלאנס, אינדיע, טשיינע, און שפעטער אויך סאוט אפריקע - אלע פון זיי אנדערסערווט לענדער סיי לויט זייער פאפאלאציע, סיי לויט זייער טעריטאריע, און סיי לויט זייער אוועראל זיך אליינס דעקן - אן קיין שום אונטערנאציאנלע מאכט אדער אפי' רעכט מצד אמעריקע. זיי אלע האבן זיך געפרייט צום געדאנק פון אנפאנגן מאכן שבת פאר זיך. די געדאנק פון בריקס איז געווען צו מאכן א מאנטערי פאנד געבויט לויט די נאטורליכע אוצרות וואס די אלע לענדער האבן, וואס ווען וועלט איז וועלט וואלט יעדער זיך אפגעלאז פון אמעירקאנעם צולעכערטן פאנד און אריבער צו זיי.
למעשה, האבן פעלקער נאך מורא געהאט פונעם אמעריקאנעם פעטער, דעפאר האט אין די פערצן יאר פון גרינדונג נאר סאוט אפריקע זיך אנגעלאסן. חוץ מזה, האבן זיי במילא געמוזט צוקומען צו אמעריקע צוליב די געז הסכם מיט די אראבישע לענדער.
איינער פון די יסודות פו ןדי ווארשעווע פאקט איז געווען אז אוקריינע בלייבט אומ-פארבינדן מיט די מערב וועלט, אזוי אז רוסלאנד זאל זיך נישט דארפן פילן באדראט. למעשה, האבן די צוויי חכמים אבאמא און ביידן, זיכער געמאכט אז דאס זאל נישט ווערן אויסגעפאלגט, און אוקריינא זאל צוביסליך אריבערקומען צו די מערב וועלט - רעכענענדיג, אז רוסלאנד וועט זיך נישט דערוואגן זיך צו אנפאנגן מיט די מערב וועלט, אויס מורא פון סאנקציעס.
די רעשט איז קארענט עווענטס... רוסלאנד האט זיך זענדיג מט א פארקאלכטן פרעזידענט און צודרייטע ספענדינגס אין אמעריקע, אינוואנדירט אוקריינע, דער רובל האט קוים געפאלן - אפי' וויפיל יא, האט זיך עס שפעטער צוריקגעכאפט פאר א תקופה -דער מעסעדזש איז קלאר: בריקס איז שוין גענוג פעסט, מען קען אויסדרייען דעם רוקן צו אמעריקע! ובנוסף לזה, ווען מען נעמט אין באטראכט די שוואכע סופארט וואס די מערב וועלט גיבט פאר אוקריינע, וואס קוים וואס עס ראטעוועט דער מצב, ווייזט עס אז מיליטעריש זענען זיי אויך גארנישט ווערד.
מער האבן די פעלקער - וואס האבן קיינמאל נישט געגליכן אמעריקע - נישט געדארפט, זיבן לענדער אויף אמאל האבן זיך אנגעשלאסן אין בריקס, נאך פילע האבן שוין איינגעגעבן אפליקאציעס. פארוואס זאל מען זיך פארלאזן אויף די אמעריקאנעם דאלער וואס יעדע 4 יאר רוקט א צווייטע שיכור ארויף די דעבט סילינג, אויב עס איז מעגליך עס צו מאכן ארבייטן אויף אמת'ע נאטורליכע ריסארסעס?
אצינד, ווי לאנג נאך גייען די לענדער נאך "אויך" אננעמען דעם דאלער?...
(טשיינע פטר'ט שוין אפאר יאר זייערע אמעריקאנע באנדס און נאוטס - ודי)

ס׳איז זעכער אז דאס איז א נעגעטיוו דעוועלאפמענט לגבי אמעריקא, באט די טשאנסען אז זאכן זאלן זיך מעטירילאייזען אזוי נעגעטיוו וואס די האסט מורא איז ממש טייני.

פארשטיי איין זאך אין די וועסט קענען גרינג אפעהטעמען…
טשיינע׳ס טויש וועט אפשר זיין ווען זיי טוהן עקספארט צי איינע פין די #בריקס משתתפים, אבער ביי אן אמעריקאנע טרענספאר שטייט אלעס פעלזן ביים דאללער.

אלזא מאך די חשבון:
-טשיינע עקספארט 45% פין אירע גאדס צו G7 מעמבער לענדער.
-טשיינע עקספארט 13% פין אירע גאדס צו BRICS מעמבער לענדער.

מערב וועלט ציווישען מערב וועלט = דאללער
מערב וועלט ציווישען בריקס = דאללער
בריקס ציווישען בריקס = יאן
די איבריגע וועלט לענדער וואס נעמען נישט קיין ערנסטע שטעלונג וועלן אויכעט פארבלייבען מיטן דאללער, וואס איז ווייניגער העדעיקס.

די בעקבאון פין טשיינעס עקאנאמי איז אמעריקא.
טשיינע האט א נאך א ערגערע רעיטינג ווי אמעריקא׳ס AA+..
טשיינעס אינסטיטושען׳ס זענען ווייט ווייט פין סטאביל.

אמעריקא זאל אבער יא באקימען די מעסידזש, אז לענדער זענען שוין זאט פין די וועהג ווי אזוי זיי דאמינירען די וועלט גלאוב, אין זיך שנעל טוישען.

באט צו די לענדער קענען זיך אליין העלפן?? א קלארע ניין!!

אנקעל סעם איז מיי ריטש אנקעל!

דאס איז חוץ פון די מציות אז די כינעזער רענמינבי איז א קאנטרעלירטער וואלוטע, וואס מאכט עס זייער שווער ,אויב אוממעגליך, צי ניצען פאר עניטינג גרעסערס.
יוסףבןדוד
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 2:47 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסףבןדוד »

גוטע אָפּשאַצונג דורך איינער פון קאַנאַדע 'ס גרעסטע אינוועסמאַנט פירמס


https://www.mackenzieinvestments.com/en ... mic-update
cid=0:eml:sfe:0:0:0:20230913:buttoncta:0&utm_source=journ&utm_term=&utm_content=306789&utm_id=99c5f53e-d95c-438a-ac01-a7e175e939c4&sfmc_activityid=bc7ddb40-c721-4
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9801
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: בריקס - ספעציעל מיט די גאז מאגנאטן, גרעסטע סכנה פארן דאללער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:46 pm
Haklal האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:45 pm
אבימלך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:39 am
סאודי אראביע האט זיך היינט אפיציעל אנגעשלאסען אין די BRICS פאראיין. IMG_1290.jpeg
מה זה?
viewtopic.php?t=64485
ישראל_הלוי האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 8:05 am

צפון קארעא זוכט אריינצוקומען אין BRICS, א שריט וואס וועט ענדיגן איר לאנג שטייענדיגע אפגעזונדערקייט.

דער הויפט ציל פון BRICS, א גרופע פון ​​בראזיל, רוסלאנד, אינדיע, כינע און דרום אפריקע, איז צו שאפן אן אנדער אלטערנאטיווע וואלוטע וואס וועט אפשוואכן דעם אמעריקאנעם דאלער. אזא שריט קען העלפן צפון קארעא זיך ארויסדרייען פון מערב וועלט סאנקציעס, אבער עטליכע BRICS לענדער, אשטייגער ווי אינדיע, וועלן לכאורה האבן א פראבלעם מיט קימ'ס הצטרפות צו בריקס. וולאדימיר פוטין'ס באזוך אין צפון קארעא האט אויפגעברענגט פרישע שפעקולאציעס איבער מעגליכע סטראטעגישע און עקאנאמישע פארבינדונגען צווישן די צוויי לענדער, וואס קען אויך אריינרעכענען קאאפעראציע אין באצאלונג סיסטעמען.

מייזל טוב,
היינט האצעך פאלעסטינע (די עכטע, נישט די ציונים) איינגעשריבן אין די בריקס פארבאנד!

עמער זעהן צו זי גייט ווערן אנגענומען אין די ישיבה אויפן קומענדיגן זמן...
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (35.15 KiB) געזען 421 מאל
Capture.JPG
Capture.JPG (32.9 KiB) געזען 435 מאל
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”