לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

רעפרעזענטעטיוו הויז אין קענזעס, פריימערי רעזולטאטן פון די וואך דינסטאג.

אינטרעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט ביי דיע פארמעסטן איז, געוויסע פארמעסטן - אפילו די מערסט היציגע - זענען ארויסגעקומען קנאפע טויזענט מענטשן שטימען, דאס הייסט אז די פראצענטן וואס מ'רעדט קען אמאל זיין ממש דריי הונדערט שטימען וכדומה.

גיימיר קודם רעדן איבער די רעפאבליקאנער פארמעסטן:

דיסטריקט 77: דער אינקאמבענט איז דער טשעיר פון די הויז עדיקואציע קאמיטע וואס האט אנגעפירט די פרואוו'ן דורכצופירן סקול טשויס און נאך, זי איז אויסגעשטאנען א פארמעסט פון א מער מאדערעט רעפאבליקאנער אבער זי האט געוואונען דעם פארמעסט מיט איבער 72%.

דיסטריקט 90: דער געוועזענער רעפרעזענטעטיוו וואס האט ריטייערד אין 2022 האט באשלאסן אז עס איז אים נמאס געווארן צו זיין ריטייערד - אדער ווי אסאך עלטערע מענטשן מוז ער צוריקגיין ארבעטן צוליב ביידענפלעישן - ער איז געלאפן אינעם פריימערי אקעגן דעם אינקאמבענט און נאך צוויי טשעלענדזשער'ס, דער אינקאמבענט האט אבער ארויסגעדראפט פונעם רעיס - טראץ וואס ער איז געבליבן אויפן בעלאט - נאכן ווערן אנגעקלאגט מיטן דרייוון אונטערן איינפלוס און עטליכע גאן קלאגעס, דער געוועזענער האט טאקע געוואונען מיט 63%, דער אינקאמבענט וואס איז נאך געווען אויפן בעלאט האט באקומען קרוב צו 5% (84 שטימען), עס איז מיר נישט באקאנט די פאליטישע שטעלונגען פון די קאנדידאטן.

דיסטריקט 102: צוויי רעפאבליקאנער האבן זיך פארמאסטן צו קענען לויפן אקעגן דעם דעמאקראטישן אינקאמבענט, עס איז אבער אינטרעסאנט אז ביידע פון די צוויי זענען 'דיסטריקט שאפער'ס' דאס הייסט זיי וואוינען ניטאמאל דארט נאר זענען אהינגעקומען צו לויפן פאר די פאזיציע, קיילער סווילי האט געוואונען.

דיסטריקט 107: דער אינקאמבענט רעפאבליקאנער איז געווען פון דיע וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן געשטימט אקעגן דעם מאראלישן ביל, דער אינקאמבענט האט געפלאנט צו לויפן פאר רי-עלעקשען אבער נאך וואס זי האט געזעהן כי כלתה אלי-ה הרעה האט זי זיך ארויסגעצויגן און עס איז געבליבן א פארמעסט צווישן צוויי קאנסערוואטיוון, געוואונען האט די מער מאדערעט צווישן די צוויי 'דאן וואלף'.

און יעצט צו א דעמאקראטישע פארמעסט:

דיסטריקט 35: איינער פון די מערסט היציגע פארמעסטן ביי די דעמאקראטן איז געווען איבער א רעפרעזענטעטיוו וואס האט זיך צוגעשטעלט צו די רעפאבליקאנער צו איבערדרייען א וויטא פונעם גאוווערנער איבער מאראלישע ענינים ביי ספארטס אין שולעס (פרעג מיר נישט וואס דאס איז ביטע), טראץ וואס געוויסע רעפאבליקאנער האבן זיך אינעם זעלבן צייט צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן (איי געס עס איז דא דיינא'ס פונקט ווי עס איז דא ריינא'ס), דער דעמאקראט 'מארווין ראבינסאן' א אפריקאנער אמעריקאנער איז געווען ציל נומבער איינס פון די גאווערנער'ס סופער פעקס אים ארויסצוזעהן פון אפיס, אבער די דעמאקראטן האבן אביסל מורא געהאט היות ער האט געהאט דריי טשעלענדזשער'ס, למעשה האט די גאווערנער אינדארסירטע קאנדידאט געוואונען מיט 49% (818 שטימען) אקעגן דער אינקאמבענט מארווין ראבינסאן וואס האט אנגעצויגן 22% (367 שטימען).

עס זענען געווען נאך עטליכע פארמעסטן וואס זענען געווען זייער נאנט, ווי דער געוואונער האט געוואונען מיט עטליכע צענדליגע שטימען, איך האב אבער נישט געקענט טרעפן די חילוקי דעות - אויב עס איז בכלל פארהאן - צווישן די צוויי קאנדידאטן, אזוי אויך אין דיסטריקט 65 האט די רעפאבליקאנער אינקאמבענט פארלוירן מיט כמעט 10% איך זעה אבער נישט וואס דער סיבה דערצו וואלט געקענט זיין.

ווי מ'זעהט ברענג איך מער רעפאבליקאנער פארמעסטן היות דאס איז וואס אינטרעסירט מיר די מערסטע און דיע פאליטיק קען/פארשטיי איך ענדישער ווי די דעמאקראטישע אינערליכע פאליטיק, איך וואלט אבער שטארק הנאה געהאט און עס וואלט מיר שטארק אינטרעסירט, אויב איינער פון די דעמאקראטישע ניקס - אדער סיי ווער - קען פרובירן צו ברענגן אינפארמאציע פון דעמאקראטישע אינערליכע פארמעסטן, ואתכם הסליחה און יישר כח.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

אקעי, נעקסט אפ, די גרעיט סטעיט אף מיזורי.

צום ערשט איז אינטרעסאנט אנצוווייזן אז ביי די עלעקשען פאר ליוטענענט גאווערנער - אין מיזורי איז דאס א עקסטערע פארמעסט - האט געוואונען דער אוטסיידער 'דוד וואסינגער' איבער צוויי סטעיט סענאטארן און נאך א רייע קאנדידאטן, ער האט געוואונען מיט 31.4% פון די שטימען.
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:42 pm
אין מיזוריאיז דער סעקרעטערי אף סטעיט רעיס גערופן געווארן פאר די געוואונער 'דעני האסקינס' ווען ער האט בלויז 24% - לויט ווי עס האלט דערווייל - פון די שטימען, עס זענען געלאפן אין דעם פארמעסט אכט קאנדידאטן, מיט פונעף פון זיי וואס האבן באקומען מער ווי 10%.
ווערד אנצוצייכענען אז דער געווינס פון 'האסקינס' איז א שטארקע געווינס פאר די שטארק רעכטע 'מיזורי פרידאם קאוקוס' וואס האסקינס איז א מעמבער אלץ סטעיט סענאטאר, די פרידאם קאוקוס האט שווער געארבעט אים צו עלעקטען אלץ סעקרעטערי אף סטעיט און מצליח געווען, דאס איז די ערשטע פרידאם קאוקוס מעמבער וואס באווייזט אנצוקומען צו א סטעיטווייד אפיס אין מיזורי - ביל עגל וואס איז געלאפן פאר גאווערנער איז אריינגעקומען צווייט.

אין מיזורי איז פארהאן די לעצטע צוויי יאר א פרידאם קאוקוס נאך וואס די קאנסערוואטיוון האבן געזעהן אז מ'קען נישט גיין צום טיש מיט די רעפאבליקאנער מאיאריטעט פירערשאפט, זיי האבן טאקע נאר געהאט אינעם סטעיט סענאט פונעף מעמבער'ס אבער זיי האבן באוויזן צו שטעלן אין פלאץ די סענאט פירערשאפט מיט עטליכע פיליבאסטער'ס וכדומה, אזוי אויך האבן זיי זיך נישט געהאלטן ביים צושטעלן צו די גרויסע באדזשעט וואס די רעפאבליקאנער סענאט האט געוואלט אדורכפירן און די סענאט פירערשאפט האט זיך געמוזט גיין בעטן צו די דעמאקראטן זיי ארויסצוהעלפן וואס האט געפירט צו דעם אז דער ביל האט געדארפט זיין נאך ערגער ווי עס איז געווען, אינעם יעצטיגן עלעקשען סייקל זענען עטליכע פון די פונעף געלאפן פאר אנדערע פאזיציעס אבער ווי עס קוקט אויס וועלן זיי ווייטער האבן פונעף אינעם סענאט צוליב געווינסן אין אנדערע פארמעסטן, טראץ די מיליאנען וואס די סופערפעק פונעם סענאט פירערשאפט האבן אריינגעגאסן אקעגן זייער קאנדידאטן.

אין נאוועמבער האפן דעמאקראטן צו אויפפיקן א מינימום פון נאך 3 זיצן אינעם סענאט וואס וועט אוועקנעמען פון די רעפאבליקאנער די סופער מאיאריטעט, און אזוי אויך אינעם הויז ווי די רעפאבליקאנער האבן שוין א סופער מאיאריטעט פאר איבער צען יאר דארפן די דעמאקראטן געוואונען א מינימום פון נאך דריי זיצן צו דאס צוברעכן.

איז לאמיר טאקע אריבערגיין צו די סטעיט סענאט פארמעסטן, קיין איין איינציגסטע סענאטאר וואס איז אויסגעשטאנען א פריימערי טשעלענדזש האט נישט פארלוירן רי-עלעקשען אבער אין עטליכע פעלער זענען פארגעקומען גאנץ היציגע פארמעסטן, אזוי אויך איז געווען נאנטע פארמעסטן אין די אפענע פריימערי'ס ווי סענאטארן זענען נישט געלאפן פאר רי-עלעקשען.

דיסטריקט 21: דער אינקאמבענט איז נישט געלאפן פאר רי-עלעקשען, 'דאג ריטשי' פון די פרידאם קאוקוס אין די הויז אף רעפרעזענטעטיוו איז געלאפן פאר דעם סענאט זיץ אבער האט פארלוירן צו 'קורטיס גרעגארי' וואס האט געוואונען מיט איבער 12%.

דיסטריקט 29: סטעיט סענאטאר 'מיייק מון' איז נישט קיין אפיציעלע מעמבער פונעם פרידאם קאוקוס אבער האט זיך אפט צוגעשטעלט צו זייער פיליבאסטער טאקטיקן און איז טאקע דערפאר אויסגעשטאנען א ליעדערשיפ געשטיצטע טשעלעדזשער ביי די פריימערי'ס, ער האט למעשה אבער גרינגערהייט געוואונען מיט איבער 77%.

דיסטריקט 23: דער אינקאמבענט 'ביל עגל' איז פון די שטארקע מיטגלידער פון די פרידאם קאוקוס און ער איז געלאפן פאר גאווערנער און אריינגעקומען אין צווייטן פלאץ, סטעיט רעפרעזענטעטיוו 'עדעם שנעלטינג' אויך פון די פרידאם קאוקוס האט געוואונען די פריימערי צו זיין די קומענדיגע סטעיט סענאטאר, עס זענען געווען פיר קאנדידאטן און ער האט באקומען איבער 50%.

דיסטריקט 31: סטעיט סענאטאר 'ריק בראטין' פון די וואס האבן אוועקגעשטעלט די פרידאם קאוקוס איז אויסגעשטאנען א שווערע פארמעסט דורך צוויי טשעלעדזשער וואס האבן אריינגעגאסן איבער א האלבן מיליאן דאלער אין דעם קאמפיין, ער האט געוואונען מיט 47%, נאך וואס די טשעלעדזשער'ס האבן זיך צוטיילט מיט די אפעזיציע שטימען און אריינגעקומען ביי 27% און 25%.

דיסטריקט 33: דער אינקאמבענט איז נישט געלאפן פאר רי-עלעקשען, 'ברעד האדסאן' פון די פרידאם קאוקוס וואס איז ביז יעצט געווען אין הויז אף רעפרעזענטעטיוו און האט געוואונען די פריימערי צו גיין צום סענאט, ער האט געוואונען מיט ארום 5%.

אויף די דעמאקראטישע זייט זענען אויך געווען עטליכע סענאטארן (דיסטריקט 9, דיסטריקט 13) וואס האבן געהאט מער פראגרעסיווע אדער עסטעבלישמענט טשעלענדזשער'ס אבער ווי געזאגט האט קיין איין אינקאמבענט נישט פארלוירן רי-עלעקשען.

- - -

אינעם הויז אף רעפעזענטעטיוו זענען שוין נישט אלע אינקאמבענטס געווען אזוי מזל'דיג אין כאטש פונעף פון זיי האבן פארלוירן זייער פריימערי פארמעסט צו א טשעלענדזשער.

דיסטריקט 33: אינקאמבענט סענאטאר 'קריס סענדער' איז אליין א אוממאראלישע און איז שטארק אראפגעריסן געווארן אין די לעצטע יאר דורך דער מיזורי רעפאבליקאנער פארטיי וואס האבן אים אויך אפיציעל געסענסארד נאך וואס ער האט אינטרעדוסד א ביל וואס זאל אריינשטעלן אוממאראלישע ענינים אין די מיזורי קאנסטעטוציע, און ער האט טאקע געהאט א טשעלענזשער פון די קאנסערוואטיווע זייט, און ער האט טאקע פארלוירן מיט איבער 10%.

דיסטריקט 109: געוועזענער רעפרעזענטעטיוו 'דזשאן סיממאנס' וואס האט פארלוירן אין די 2022 פריימערי איז צוריקגעקומען צו טשעלענזשען דער וואס האט אים ארויסגעווארפן, און ער האט טאקע געוואונען מיט איבער 10% איבער אינקאמבענט 'קייל מארקווארט', איך זעה אבער נישט וואס זייער שטעלונגען אין פאליטיק איז.

דיסטריקט 111: אינקאמבענט 'גערי באנאקער' האט פארלוירן רי-עלעקשען צו טשעלענדזשער 'סעסיליע וויליאמס', זיי זענען נישט צו שטארק אפגערוקט פאליטיש אבער איך זעה אז דער טשעלענזשער איז בעיקר געווען פארנומען איבער סקול טשויס און ער האט טאקע באזיגט דעם אינקאמבענט מיט קרוב צו 20%.

דיסטריקט 123: אינקאמבענט 'ליסא טאמעס' האט פארלוירן רי-עלעקשען צו זיין טשעלעדזשער לאקאלע ביזנעסמאן 'דזשעף ווערנאטי' מיט איבער 20%, דער פארמעסט איז געווען זייער א היציגע און איז בעיקר געווען איבער גאווערמענט קארופציע און נאך, איך זעה אבער נישט אז זייער פאליטישע שטעלונגען זאל בכלל זיין אנדערש.

עס זענען געווען נאך אסאך פארמעסטן וואס האבן זיך געענדיגט זייער נאנט, אזוי אויך איז דא נאך איין אינקאמבענט (דיסטריקט 64) וואס האט פארלוירן, איך האב אבער נישט געטראפן קיין ריכטיגע אינפארמאציע איבער וואס דער פארמעסט איז בעיקר געווען, עס איז אבער אינטרעסאנט אנצוווייזן אז אין רוב אפענע פארמעסטן ווי עס איז געווען דריי קאנדידאטן האט די געוואונער געוואונען מיט אונטער 50%, דאס הייסט אז עס איז באמת געווען א שטארקע פארמעסט און אסאך פון די דיסטריקטס.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

עס איז נאך דא עטליכע שטאטן אדורכצושמועסן, און דינסטאג קומט שוין נאך א גאנצע רייע שטאטן אבער לאמיר זיך געבן א כאפ אריבער צום אינזל סטעיט ' האוואי'וואס האט אפגעהאלטן 'ציילן טאג' דער וואך שבת קודש נאך עטליכע וואכן שטימען ביי מעיל (הגם מען האט אויך געקענט וואוטן געהעריג אויף שבת).

'האוואי' איז א שטארק דעמאקראטישע פעסטונג מיט א סך הכל פון ווייניגער ווי צען רעפאבליקאנער אריינגעוועלטע פאליטיקאנטן, צוויי אינעם סענאט און זעקס אינעם הויז, איז במילא רוב פון די פריימערי עקשען פארשטייט זיך ביי די דעמאקראטן.

דער גרעסטער פאליטישע ערד צוטערניש איז פארגעקומען ווען דער מאכטפולע 'הויז ספיקער' שוין זינט 2017 'סקאט סעיקי' האט אין א סופרייז פארלוירן רי-עלעקשען צו זיין מער פראגרעסיווער טשעלענדזשער 'קים קאקא', 'קאקא' איז יעצט געלאפן די דריטע מאל אין א פריימערי פאר דעם פאזיציע און ער האט יעדע'ס מאל פארלוירן מיט ארום 200 שטימען, ער איז אבער מיט א פרישקייט צוריקגעקומען דאס מאל און געפירט א שטארקע קאמפיין, 'קאקא' איז א קאמיונעטי אקטעוויסט און האט געפירט דער עיקר פון זיין קאמפיין אקעגן די גאנצע דעמאקראטישע עסטעבלישמענט אינעם סטעיט וואס 'סעיקי' איז שטייטזעך געווען פון זיי האבנ'דיג אלע אינדארסירונגען וכדומה, און דאס מאל צו אלעמען'ס ערשטוינונג האט עס פאסירט ווען ער האט געוואונען די פארמעסט מיט איבער 250 שטימען מערער פונעם הויז ספיקער.

נאך עטליכע אינקאמבענטס האבן פארלוירן רי-עלעקשען אינעם הויז אין 'האוואי', לאמיר שנעל געבן א לויף דורך די נעמען און דיסטריקטס:

דיסטריקט 29: דער אינקאמבענט וואס איז אריינגעשטעלט געווארן דורכן גאווערנער פאריגע יאר האט פארלוירן רי-עלעקשען מיט איבער 20%.

דיסטריקט 30: דער אינקאמבענט 'גאנאדאן' שטייט אונטערשטעליג פון זיין טשעלענדזשער - צו שווערע נעמען דארט - מיט 46 שטימען וואס גייט דאס אטאמאטיש שיקן פאר א ריקאונט, היות אין האוואי איז דער געזעץ אז אויב זענען דער רעזולטאטן ווייניגער ווי 100 שטימען חילוק גייט עס פאר א ריקאונט.

דיסטריקט 50: דער אינקאמבענט האט פארלוירן מיט איבער 20%, איך האב אבער נישט קיין השגה צו עס איז דא א פאליטישע סיבה צו דעם.

עס זענען דא נאך עטליכע פריימערי'ס וואס וועלן ווארשיינליך גיין פאר ריקאונטס אבער איך מיין מיר וועלן דאס לאזן ביי דעם, בפרט אז איך ווייס נישט די פאליטישע אורזאכן צו די פארלוסטן און פארדינסטן.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
אוועטאר
קאנגרעסמאן
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:33 pm

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנגרעסמאן »

טייל פון די היינטיגע רוזאלטאטען אין די פלארידע פארמעסטען.
אטעטשמענטס
IMG-20240821-WA0001.jpg
IMG-20240821-WA0001.jpg (49.75 KiB) געזען 1170 מאל
IMG-20240821-WA0006.jpg
IMG-20240821-WA0006.jpg (53.37 KiB) געזען 1170 מאל
ניקי העילי, די פארטיי וואס וועט די ערשטע פטור ווערן פון זייער 80 יעריגע זיידע וועט זיין די פארטיי וואס וועט געווינען!

@American Dream, די בעסטע זאך פאר טראמפ'ס ווידערוויילונג איז אז בענאן גייט אין תפיסה פאר עטליכע חדשים
אוועטאר
קאנגרעסמאן
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:33 pm

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנגרעסמאן »

ריפאבליקאנער האבן א 14 פארצענט טוירנאויט אויבערהאנט אין א סטעיט ווי טראמפ ליעדט די פאולס מיט נידריגע סינגל דיזשעטס.
אטעטשמענטס
IMG-20240821-WA0005.jpg
IMG-20240821-WA0005.jpg (113.13 KiB) געזען 1167 מאל
ניקי העילי, די פארטיי וואס וועט די ערשטע פטור ווערן פון זייער 80 יעריגע זיידע וועט זיין די פארטיי וואס וועט געווינען!

@American Dream, די בעסטע זאך פאר טראמפ'ס ווידערוויילונג איז אז בענאן גייט אין תפיסה פאר עטליכע חדשים
אוועטאר
קאנגרעסמאן
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:33 pm

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנגרעסמאן »

דיסענטיס געווינט סקול באורד פארמעסטען אין דעמעקראטישע גענויגטע קאוינטיס.
אטעטשמענטס
IMG-20240821-WA0007.jpg
IMG-20240821-WA0007.jpg (67.9 KiB) געזען 1164 מאל
ניקי העילי, די פארטיי וואס וועט די ערשטע פטור ווערן פון זייער 80 יעריגע זיידע וועט זיין די פארטיי וואס וועט געווינען!

@American Dream, די בעסטע זאך פאר טראמפ'ס ווידערוויילונג איז אז בענאן גייט אין תפיסה פאר עטליכע חדשים
ר' משה
שר האלפיים
תגובות: 2381
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

קאנגרעסמאן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:08 am
ריפאבליקאנער האבן א 14 פארצענט טוירנאויט אויבערהאנט אין א סטעיט ווי טראמפ ליעדט די פאולס מיט נידריגע סינגל דיזשעטס.
פינג מיך ווען טראמפ געווינט פלארידע מיט נידריגע סינגעל דידזשעט נאמבערס

און 2020 האבן פאולס אינטערגעשאצט טראמפ און פלארידע מיט א עוורידזש פון 7-6 פראצענט
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 11:25 pm
פאריגע וואך דינסטאג זענען פארגעקומען פריימערי'ס אין אקלעהאמא.

פיר אינקאמבענטסהאבן פארלוירן זייער זיץ - דריי אין סענאט און איינער אין די הויז - צו א טשעלענדזשער - אלע פיר זענען רעפאבליקאנער - בשעת ווען עס איז געווען זייער א לאו טורנאוט פון וואוטער'ס פון אונטער 25%, און אזוי אויך זענען דריי אינקאמבענטס אריינגעצווינגען געווארן אין א ראנאף.

די גרעסטע אפסעט פון די נאכט איז די פארלוסט פון די סענאט מאיאריטעט פירער אינעם סענאט 'גרעג מקארטני' צו א פרישע פנים חדשות אין פאליטיק, ער האט פארלוירן זיין זיץ מיט ארום 250 שטימען.

א רוב פון די פארלירער - און ראנאף אריינגעצווינגענער - זענען מער פון די מאדערעט/עסטעבלישמענט חדר פונעם רעפאבליקאנער פארטיי, און ווי עס קוקט אויס איז די לאקאלע אישו בעיקר געווען איבער די באדזשעט, ווען וויילער זענען נישט צופרידן איבער וויאזוי די גאווערמענט ספענד זייער געלט און גיבט אויס אזוי סאך געלט אנשטאט צו שניידן טעקסעס, בפרט נאך וואס די סענאט האט נישט געהאלטן ביים אריבערפירן א געוויסע טעקס קאט וואס די וויילער האבן געוואלט, נאך איינער פון די פארלירער איז אויך געווארן באשולדיגט מיטן ארויפברענגן א פרישע מיילעדזש טעקס.
היינט דינסטאג איז פארגעקומען די ראנאף עלעקשענס אין אקלעהאמא.

די דריי אינקאמבענטס וואס זענען אריינגעצווינגען געווארן אין ראנאף'ס האבן אלע פארלוירן רי-עלעקשען, איינער מיט מער און אנדערע מיט ממש עטליכע צענדליגע שטימען, איך האב יעצט נישט נאכגעקוקט די פונקטליכע אינפארמאציע אבער איך זעה אז אין די פאריגע תגובה האב איך געשריבן אז די וואס האבן פארלוירן זענען געווען די מאדערעט/עסטעבלישמענט אפטיילונג פון די פארטיי.

א אינטרעסאנטע פארמעסט שפילט זיך אפ ביי די ראנאף אין די צוואנציגסטע דיסטריקט אינעם הויז, ווי די פארמעסט שטייט דערווייל ביי א 50/50, ווען איין קאנדידאט האלט מיט 'צוויי שטימען' העכער ווי זיין קעגנער.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
אוועטאר
קודם טראכט
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודם טראכט »

ווי אויך האבן די דעמאקראטן איבערגענימען די מעיאר בענקעל (2 פון זיי גייען זיך פארמעסטן אין א ראן-אף) אין טולסא אולקהאמע
פאר סיי וועלכע געברויך איו עניני חו"מ א שטר, טוענות, קעיס מענעדזשמענט, ביטע שיקן א אישי אדער אימעיל צו [email protected] מיר האבן שטארקע קשרים פאר א גוטע צוגענגליכע ארבעט
זייער גערן!
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 26, 2024 5:39 am

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער גערן! »

איינער מיט מער דעטאלן איבער די 6 רעפערענדום'ס אויף די ניו יארק בעלאט?
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

זייער גערן! האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 4:45 am

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2024 12:55 am
שעטנז האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 10:35 pm
כאפנדיג א בליק אויף א סעמפל בעלאט זעה עס זענען דא זעקס אמענדמענטס אויף וואס מ'קען שטימען קען איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט @שמואל וואכטנהיים @איש נבון
אויב פארשטיי איך גוט, איז נאר אין די סיטי דא זעקס אמענמענטס אויפן בעלאט, אינעם גאנצן סטעיט איז נאר דא איין אמענדמענט און עס דעזערוועט א הויעכע הילכיגע 'ניין'.

די סטעיט אמענדמענט, וואס אינעם סיטי איז דאס די ערשטע, איז איבער פארברייטערן דאס פייניגן און רודפ'ן מענטשן איבער נארישקייטן געזעצן און חוקי רציחה, נישט דא קיין שום סיבה דאס אריבערצולאזן.

די אנדערע פונעף אמענדמענטס אינעם סיטי - 2 ביז 6 - זענען איבער אמענדמענטס צו דער סיטי'ס געזעצן, איך פארשטיי נישט פונקט אלע פרטים איבער די נושאים, איך וועל שרייבן לויט וואס איך האב פארשטאנען, אבער יעדע זאל אליין מאכן זיין ריסורטש.

2. א אמענדמענט צו פארברייטערן די רייניגונג פונעם סיטי, עס האט אין זיך דריי חלקים, צוויי קוקט גראדע אויס גאנץ גוט - און דאס שטייט אויפן בעלאט - די דריטע, וואס זיי האבן נישט געשריבן אין גרויס, קוקט אויס ווי א מערכה מיט גאסן פארקויפער, כ'בין נישט זיכער וויאזוי דאס וועט אויסקלאפן אויף היימישע אידן וואס פארקויפן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, סאו מאכטס אייער אייגענעם ריסורטש.

3. פאדערט אז מען זאל וויסן פאר מען הייבט אן אויסהערן ארגומענטן אויף א ביל אין סיטי הול, וויפיל דאס גייט קאסטן און וואס די בודזשעט גייט מיינען פאר די סיטי, דאס גייט ווי פארשטענדליך פארשלעפן די פראסעס פון מאכן געזעצן אינעם סיטי, יעדע זאל שטימען וויאזוי ער וויל דערויף, מיין פערזענליכע מיינונג איז פארוואס נישט?

4. געבן מער צייט און מאכן זיכער אז דער ציבור אין דער סיטי ווייסט ווען מען גרייט זיך צו מאכן א טויש אין פאבליק סעיפטי געזעצן, דאס איז א אמענדמענט וואס די עדעמס אדמיניסטראציע האט שטארק געשטיפט, מיין פערזענליכע מיינונג איז אז דאס איז א גוטע זאך.

5. עפעס וועגן אינפעסטראקטור פלעננינג, איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך פון וואס עס רעדט זיך.

6. סתם נארישע DEI גאווערמענט קארופציע, א היליכיגע 'ניין'.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

תגובה דורך שעטנז »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 10:13 am

געשטימט לויט דיין אנווייזונגען
להוספה. די איינס איבער די סאניטאציע דעזערווט אויך א קלינגעדיגע איין. ס'וועט נאר טעראריזירן יעדן טאג מיט נייע מיסטקאסטן געזעצן וכו'.
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דער ערשטער אייטעם אויפן בעללאט איז נכלל זאכן וואס פארשידענע מענטשן המצפים לישועה קען זיין בייהילפיג און מען זאל דעריבער שטימען אויף יא און כפי ששמעתי ספעציעל געבעטן דורך בוני עולם און עי טיים בעטן קטארק מען זאל אריינלייגן א יא . א חלק פון די זאך איז אז די סטעיט מוז אנערקענען אז מענטשן אפעקטירט מיט פראבלעמען זאלן קענען באקומען מער הילף פון די סטעיט.
אויב די נארישקייט חלק באדערט מער ווי דעם פרעג דעת תורה. אדער שטאפ צו איין האלבע נאז בשעת ווען די פילסט אן דעם "יא" סערקל
אוועטאר
קודם טראכט
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודם טראכט »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 9:24 pm
דער ערשטער אייטעם אויפן בעללאט איז נכלל זאכן וואס פארשידענע מענטשן המצפים לישועה קען זיין בייהילפיג און מען זאל דעריבער שטימען אויף יא און כפי ששמעתי ספעציעל געבעטן דורך בוני עולם און עי טיים בעטן קטארק מען זאל אריינלייגן א יא . א חלק פון די זאך איז אז די סטעיט מוז אנערקענען אז מענטשן אפעקטירט מיט פראבלעמען זאלן קענען באקומען מער הילף פון די סטעיט.
אויב די נארישקייט חלק באדערט מער ווי דעם פרעג דעת תורה. אדער שטאפ צו איין האלבע נאז בשעת ווען די פילסט אן דעם "יא" סערקל
אינטערעסאנט זיי פארלאזן זיך אויף אייוועלט שרייבערס צו מפרסם זיין זייער בקשה
פאר סיי וועלכע געברויך איו עניני חו"מ א שטר, טוענות, קעיס מענעדזשמענט, ביטע שיקן א אישי אדער אימעיל צו [email protected] מיר האבן שטארקע קשרים פאר א גוטע צוגענגליכע ארבעט
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 9:24 pm
דער ערשטער אייטעם אויפן בעללאט איז נכלל זאכן וואס פארשידענע מענטשן המצפים לישועה קען זיין בייהילפיג און מען זאל דעריבער שטימען אויף יא און כפי ששמעתי ספעציעל געבעטן דורך בוני עולם און עי טיים בעטן קטארק מען זאל אריינלייגן א יא . א חלק פון די זאך איז אז די סטעיט מוז אנערקענען אז מענטשן אפעקטירט מיט פראבלעמען זאלן קענען באקומען מער הילף פון די סטעיט.
אויב די נארישקייט חלק באדערט מער ווי דעם פרעג דעת תורה. אדער שטאפ צו איין האלבע נאז בשעת ווען די פילסט אן דעם "יא" סערקל
צו שפעט!!!!
כ'האב עס שוין ארויס געשיקט.
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5754
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 9:24 pm
דער ערשטער אייטעם אויפן בעללאט איז נכלל זאכן וואס פארשידענע מענטשן המצפים לישועה קען זיין בייהילפיג און מען זאל דעריבער שטימען אויף יא און כפי ששמעתי ספעציעל געבעטן דורך בוני עולם און עי טיים בעטן קטארק מען זאל אריינלייגן א יא . א חלק פון די זאך איז אז די סטעיט מוז אנערקענען אז מענטשן אפעקטירט מיט פראבלעמען זאלן קענען באקומען מער הילף פון די סטעיט.
אויב די נארישקייט חלק באדערט מער ווי דעם פרעג דעת תורה. אדער שטאפ צו איין האלבע נאז בשעת ווען די פילסט אן דעם "יא" סערקל
דער אגודה האט געבעטן מען זאל שטימען ניין.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לויט די לעגאלע און פאליטישע מהלכים פון אגודה דא אין ניו יארק האב איך פערזענליך זעראו פראבלעם מיט זייערע ענדארסמענטס איין וועג אדער די צווייטע ולא מעלה ולא מוריד
קען זיין זיי זענען גערעכט קען זיין אז נישט
אויב דער אויסווייל איז צווישן אן אגודה ענדארסמענט אדער א בוני עולם / עי טיים ענדארסמענט איז עס נישט אזא שטארקע דעסישן צווישן אויב חינוך ארגאניזאציעס אינדארסירן איין זייט און פדיון שבויים ארגאניזאציעס א צווייטע זייט
עסק יאר לאקעל פרענד אר ארגעניזעשן וואט טו דא
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

וואו האט בוני עולם דאס אינדארסירט?
!Hey there I'm using IVELT
אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

@ר' שמואל וואכטנהיים מיר ווארטן צו הערן א באריכט אין וועלעכע סטעיטס זענען געווען טשענדזשעס?
!FIGHT! FIGHT! FIGHT
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

הינגער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:47 pm
@ר' שמואל וואכטנהיים מיר ווארטן צו הערן א באריכט אין וועלעכע סטעיטס זענען געווען טשענדזשעס?
גייט נעמען צייט ביז זאכן ווערן קלאר היות דאון בעלאט רעיסעס געדויערט געווענדליך לענגער צו באשטעטיגן, און דערנאך גייט זיין די ארבעט צו צוזאמשלעפן די אינפארמאציע פון אלע סטעיטס, אדרבה אויב אנדערע קענען ארויסהעלפן דא וואלט געווען א שטארקע זאך היות איך גלייב עס זענען דא אסאך וואס זענען נייגעריג.

פון אנהויב האט מיר גראדע אויסגעזעהן ווי רעפאבליקאנער האבן בכלל נישט געהאט קיין גוטע נאכט אין דאון בעלאט רעיסעס - א נושא וואס וועט אי"ה ווערן אויסגעשמועסט אינעם לענגערן ארטיקל המשמש ובא - אבער יעצט ווען דו פרעגסט האב איך געגעבן א שטיקל בליק זעה איך אז אין געוויסע סטעיטס קוקט יא אויס גאנץ פיין.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

אין פענסילוועניעהאבן די רעפאבליקאנער געפליפד די אטערני דזשענערעל זיץ ווען דעיוו סאנדעי האט באזיגט דעם דעמאקראט - נישט קיין אינקאמבענט.

דאס איז דער זיץ וואס איז געהאלטן געווארן צוויי יאר צוריק דורך יעצטיגע דעמאקראטישע גאווערנער דזשאש שפירא.

טראץ וואס פרעזידענט טראמפ האט געוואונען נארט קאראליינעמיט קרוב צו דריי א האלב פראצענט האבן אבער די רעפאבליקאנער נישט באוויזן צו פארכאפן די סטעיטווייד פאזיציעס.

ווי שוין ברייט באריכטעט האט דער דעמאקראט דזשאש שטיין גרינג באזיגט דער רעפאבליקאנער מארק ראבינסאן מיט איבער 14%.

דער אינקאמבענט סעקרעטערי אוו סטעיט האט אויך באוויזן צו געוואונען ווידערוויילונג מיט אונטער 2%.

אינעם אטערני דזשענערעל רעיס ווי פרידאם קאוקוס מיטגלידער 'דאן בישאף' האט זיך פארמאסטן צו איבערנעמען דעם זיץ, נאך וואס עס ליגט שוין אין דעמאקראטישע הענט - דאכזיך - ארום הונדערט יאר, האט ער פארלוירן מיט ארום 2.5% צו דעמאקראטישע קאנגרעסמאן דזשעף דזשעקסאן.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:20 pm
אין פענסילוועניעהאבן די רעפאבליקאנער געפליפד די אטערני דזשענערעל זיץ ווען דעיוו סאנדעי האט באזיגט דעם דעמאקראט - נישט קיין אינקאמבענט.

דאס איז דער זיץ וואס איז געהאלטן געווארן צוויי יאר צוריק דורך יעצטיגע דעמאקראטישע גאווערנער דזשאש שפירא.
א קאנסערוואטיוו?
!FIGHT! FIGHT! FIGHT
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

ווי שוין באריכטעט אינעם רעזולטאטן אשכול, אינעם שטארק נאכגעפאלגטן מאריקאופע קאונטי אריזאנע, וואס מיר האבן געשריבן א לענגס און ברייטס א שטיק צייט צוריק, האט דער פרידאם קאוקוס מיטגלידער דזשאסטין היעפ געוואונען דער פארמעסט.

רוב אנדערע קאונטי פאזיציעס זענען שוין אויך דערקלערט געווארן געוואונער, דער רעפאבליקאנער 'שעדריען' האט געוואונען דער שעריף רעיס, שעדריען איז געווען דער רעכטע היינט פונעם באוואוסטן 'שעריף דזשאו' וואס לויט מאנכע איז ער געווען טראמפ'ס אינספעראציע אין 'לאו ענד ארדער', דאס איז א פליפ פון דעמאקראטן.

אלע אנדערע קאונטי פאזיציעס - און עס איז געווען אסאך, זיי האבן דאך געהאט צוויי פאפירן דאס יאר - האבן די רעפאבליקאנער געוואונען.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: לאקאלע סטעיט פארמעסטן און סטעיט פאליטישע שלאכטן איבערן לאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

הינגער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:28 pm
שמואל וואכטנהיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:20 pm
אין פענסילוועניעהאבן די רעפאבליקאנער געפליפד די אטערני דזשענערעל זיץ ווען דעיוו סאנדעי האט באזיגט דעם דעמאקראט - נישט קיין אינקאמבענט.

דאס איז דער זיץ וואס איז געהאלטן געווארן צוויי יאר צוריק דורך יעצטיגע דעמאקראטישע גאווערנער דזשאש שפירא.
א קאנסערוואטיוו?
כ'בין נישט זיכער, אבער ער איז געווען אמאל רעגיסטרירט דעמאקראט, אבער דאס מיינט נישט כהיום גארנישט.
There is no distinctly American criminal class - except Congress (Mark Twain)

Our freedom is the reason you can disrespect our flag, if my star and stripes offend you I can help pack your bags
To sum up the 2024 election: Bud-Light
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”