ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך יחזקאל סגל לנדא
»
זונטאג אוגוסט 25, 2024 5:54 pm
intellectual
האט געשריבן: ↑
זונטאג אוגוסט 25, 2024 4:54 pm
אלע צוזאמען
האט געשריבן: ↑
זונטאג אוגוסט 25, 2024 3:55 pm
דא איז טאקע נישט קיין יעלעסטאון אשכול, אבער סתם אינטרעסאנט צו הערן פון די וואס זענען שוין געווען @יחזקאל סגל לנדא @intellectual: וויפיל טעג האט איר פארברענגט דארט? האט איר באזוכט אין אלע פיר עקן? וועלכע וויילדלייף האט איר געזעהן? וואס איז געווען אייער גרעסטע 'וואו' אינעם פארק? וואלט איר נאך צוריקגעגאנגען?
2-3 טאג , באזוכט היבש אפאר זייטן, נישט זיכער פונקטליך ווי, ברויך מען צוריקקוקן די טיימליין. די ריזיגע בייסאנס אפאר טריט אוועק איז א שטיקל וואווו, זיך ארויסגעזען פון פארק ווייט נאכן רבינו תם אנע סערוויס איז אויך א שטיקל וואוו. כוואלט נישט צוריקגעפארן צו יעלאוסטאון אליינס אבער צו די געגענט ארום, דזשאסט פארן אויף די וועגן און שטעגן מיט אלע הערליכע בערג איז דזשאסט וואו, כבין געקומען פון פארק סיטי די גאנצע וועג איז דזשאסט וואו. כוואלט מסתמא צוריקגעפארן קיין יוטא פאר שבת.
יעלאוסטאון איז א וואן טיים זאך, מען גייט דארט איינמאל, און מען קומט ארויס נאך מען זעט אלעס, און מען דארף מיר נישט צוריקקומען... אויסער מען גייט הייקינג אדער חיות טשעיסינג... איך האב געזען די גראנד פעזמעטיק\אלד פעיטפול\גרענד קעניאן\בייסאן\וואלף\עלק\דיער-הערש.... איך וואלט דעפעניטלי צוריק געקומען פלעין פארברענגען און רייזן אין די הערליכע שטאטן ווי מאנטענע\איידעהאו\ווייאומינג....