ציטיר
23
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך צד השוה
»
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 12:06 am
בס''ד רעגן טראפנס האבן געפאלן אויפן גאס אויף וואס שלומי'ס טעקסי האט געראלט אירע רעדער. שלומי איז אויפן וועג צום טערעפיסט ר' אפרים צו וועמען ר' זכריה האט איהם געשיקט. סתם אזוי וואלט שלומי געגליכן די גערויש פון די רעגן אויפן קאר. דאס מאל איז אבער שלומי געווען צו נערוועז. פון איין זייט האט ער זייער שטארק געוואלט אז זיין פראבלעם זאל זיין א.ד.ד. 'אזוי ווייס איך כאטש ווי איך שטיי' האט ער געפילט. פון דער אנדערע זייט, אפשר איז עס טאקע נישט א.ד.ד.? 'ר' זכריה האט געזאגט פאר מאמי אז ר' אפרים איז זייער גוט און כאפן וואס גייט באמת פאר' האבן זיינע מחשבות זיך ווייטער געצויגן. '10דאלער'' האט איהם א דיקער קול מיט א ספאנישער אקצענט אויפגעוועקט פון זיינע מחשבות. שלומי האט איהם דערלאנגט די באנקנאטן און ארויס אויפן גאס. שלומי האט זיך ארומגעקוקט א מינוט זיכנדיג דעם אדרעס. דערזעהנדיג די נומבער 55 האט ער געריכטעט זיינע ציטערדיגע טריט אהין. א באז האט זיך געהערט נאכן דריקן אויפן קנעפל. שלומי האט געפנט דעם טיהר פרובירנדיג זיך צו האלטן רואיג, און אריין. ''העלאו שלומי'' האט זיך געהערט א ווארעם קול פון א זייטיגע טיהר. שלומי איז נאכגעגאנגען דעם קול, און זיך געטראפן און ר' אפרים'ס צימער. ר' אפרים, א איד אין די הויעכע פערציגער יארן איז געזיצן מיט א גרויסע ווארימע שמייכל. ''ר' זכריה האט גערעדט וועגן דיר צו מיר. ער זאגט מיר אז די ביזט א קלוגע בחור'' שלומי האט שעמעדיגערהייט צוריקגעשמייכלט. ר' אפרים האט געהאט א גרויסע האלטער פון קענדיס אויף זיין טיש. ''וועסט נעמען דערפון, אמת? מיין ווייב האט נישט ליב ווען איך עס די גאנצע אליינס..'' שלומי האט אויסגעשאסן פון געלעכטער. די פריינטליכע וועג וויאזוי ר' אפרים איז איהם קעגן געקומען האט איהם אביסל בארואיגט. ''דערצייל מיר אביסל'' האט ר' אפרים געוואלט וויסן. ''וואס ברענגט דיר אהער?'' שלומי האט זיך צוהיסט און אנגעהויבן רעדן. ' 'פון ווען איך געדענק מיר בין איך א פערפעקשעניסט. איך בין זייער געפיליש און אבסעסט אויף זאכן.
איך פיל מיך זייער צופלויגן, איך קען מיך נישט צוזאמנעמען, איך קום נישט אן ווען איך טוה עפעס און איך בין אביסל סענסעטיוו. ר' דוב האט מיר געזאגט אז איך האב א.ד.ד.''
''די זאגסט פערפעקשעניזם, די קענסט מיר געבן א דוגמא?'' האט ר' אפרים געוואלט וויסן. ''אלעס מיז זיין צוזאמגענימען, אז נישט בין איך נישט רואיג. אזוי אויך מיז איך אליינס זיין פערפעקט, איך פיל אז איך מיז זיין די בעסטע וואס קען אלעס.''
''אהא'' האט זיך ר' אפרים אנגעגאסן א קאפ וואסער. ''די האלסט מיט עפעס סדרים אין ישיבה?'' ''אביסל''
''וויפול קומסטו בערך קעגן די אפציעלע סכום וואס די ישיבה פארלאנגט?'' ''ווען איך ארבעט ביטער שווער, מסתם 20%.'
' ''אחוץ פערפעקשעניזם, האסטו עפעס פחדים?'' ''זייער אסאך'' האט שלומי נישט געקענט גלייבן אז ער האט פארגעסן דאס צו דערמאנען. ''איך בין כסדר זיכער אז איך גיי ח''ו שטארבן פון קרענק''
ר' אפרים האט געשאקלט מיט קאפ. ''די ביזט דורך עפעס שווערע זאכן א קינד?'' ר' אפרים האט קעירפול באטראכט שלומי. ''איך אלץ קינד? יא איך בין געווארן געטשעפעט''
האט שלומי נישט פארשטאנען ווי עס קומט דא אריין. ''אהא'' האט דער טערעפיסט געקלאפט מיט זיינע פינגערס אויפן דעסק. ''מאכט זיך אמאל וואס די פילסט נישט קיין שום שוועריקייט ביים לערנען? די קענסט לערנען אפאר שעה מיט א געשמאק?'' ''איך האב צייטן וואס עס איז פיל גרינגער, יא. אבער איך בין נאכאלץ אביסל אנגעשטרענגט דעמאלץ''
האט שלומי געפילטפאר וויכטיג צוצולייגן. ''די האסט ליב צו ליינען?'' ''יא, אבער איך האב נישט קיין געדולט''
''וואס הייסט די האסט ליב צו ליינען?'' ''אלץ קינד האב איך זייער ליב געהאט צו ליינען נאוועל ביכער''