געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

יעצט אפיר געטראפן די גראמען וואס כ'האב געמאכט נאך ווען מיין ערשטע יונגעלע איז מיר געבוירן פאר 2 חדשים צוריק. ב"ה

אודה ד' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו

מיין געפילן צומישט,
איך טו עס קוים דערהייבן,
שרייבן געהעריג איך קען נישט,
איך טו עס פשוט נישט גלייבן.

אויף שנעלער רעדער,
געפלויגן די מאנאטן,
יעצט זאג מיר שוין יעדער,
מזל טוב, טאטע'ן.

אריין אין שפיטאל פרייטיג,
אויפדערנאכט,
אין א ווינקעל זייטיג,
געזיצן פארטראכט.

אינעם ווארטזאל -דארט זיץ-איך,
כ'ווארט מיט שפאנונג,
וואס עס טוט-זיך,
איך האב נישט קיין אנונג.

ביז מען רופט מיר ארויס,
צום באשעפער איך האף,
מיט שמחה ער שרייט אויס,
א יונגעל! מזל טוב!

מיין מצב קאנטראלירן,
כ'האב פארלוירן,
כ'ווייס נישט וויאזוי צו רעאגירן,
א יונגעלע איז מיר געבוירן!

מייו קינד ווי-איז,
איך מוז אים זען,
יא, ס'א מציאות,
ס'איז עכט געשען.

מזמור לתודה,
ס'הייבן זיך מיינע הענט,
הודו לד', איך שריי אזוי-דא,
צווישען די שפיטאל ווענט.

ארעם איז די שפראך,
צו קענען זאגן א דאנק,
מיין מויל איז צו שוואך,
צו קענען לויבן מיט געזאנג.

כ'בין ווערטערלאז,
אין בין שטום, שטיל,
אבער מיין הארץ הערט-ער-אויס,
ער ווייסט, וואס זאגן כ'וויל.
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10060
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער שיין מיט א שטארקעע געפיל!


מזמור לתודה,
הודו לד', איך שריי אזוי-דא,
געפעלט מיר די גראם
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

מזלא טבא!

א גוטע פעדער האסטו!
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3301
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מזל טוב צום בכור!

שיין געשריבן.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אלטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 11:19 am
זייער שיין מיט א שטארקעע געפיל!


מזמור לתודה,
הודו לד', איך שריי אזוי-דא,
געפעלט מיר די גראם
ש'כח פאר דיין קאמפלימענט.
אסאך מאך קום איך אויף מיט א גראם, און איך ווארט איינער זאל מיר געבן א קאמפלימענט, כאטש זאגן אז ס'שיין.
כ'מיין אז די ביסט די ערשטע.

ברוך תהיה פאר יעדן איינער,
זאלטס עטס אלע זיין געבענטשט מיט אלע גוטע ברכות
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

זייער שיינע גראמען
איינע מיטן צווייטן צוזאמען
ארויסגעבן די הרגשים די טיפע געפילן
נאך איידער עס וועפט און טוט אפקילן

און בכלל דעם אשכול דו ביזט געווען פותח
אז ווען איינער איז אין דיין מצב אינדערהייעך
שטייענדיג אין פרייליכן זמן אין לעבן
אן אשכול ווי זיך אויסצוגעבן

און פאר דיר א ברכה אצינד
זאלסט זוכה זיין צו מגדל זיין דאס קינד
לתורה א תלמוד חכם ער זאל אויסשטייגן
מיט תורה אויפשטיין און זיך לייגן

ולחופה בעתו ובזמנו מיט פראכט
אויפשטעלן א שטוב וואס שיינט און לייכט
ולמעשים טובים מיט מדות טובות באצירט
א קינד וואס א געהויבן לעבן ער פירט

און דו פון דיינע קינדער וואס וועלן נאכקומען
אויסשטייגן אז די עלטערן זאלן זיך מיט זיי רימען
א שטאלץ און פראכט לתפארת אבותם
מען זאל וואונטשן ירבו כמותם

און דיר פערזענליך א ברכה פריוואט
עס זאל דיר גוט גיין בכלל ובפרט
ביז מיר וועלן זוכה זיין בקרוב בימינו
אנקעגן גיין משיח צדקינו
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

זייער שיין. זאלסטו זעהן פון אים יודיש נחת געזונטערהייט
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

צהלתו בפניו האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 11:38 am
זייער שיינע גראמען
איינע מיטן צווייטן צוזאמען
ארויסגעבן די הרגשים די טיפע געפילן
נאך איידער עס וועפט און טוט אפקילן

און בכלל דעם אשכול דו ביזט געווען פותח
אז ווען איינער איז אין דיין מצב אינדערהייעך
שטייענדיג אין פרייליכן זמן אין לעבן
אן אשכול ווי זיך אויסצוגעבן

און פאר דיר א ברכה אצינד
זאלסט זוכה זיין צו מגדל זיין דאס קינד
לתורה א תלמוד חכם ער זאל אויסשטייגן
מיט תורה אויפשטיין און זיך לייגן

ולחופה בעתו ובזמנו מיט פראכט
אויפשטעלן א שטוב וואס שיינט און לייכט
ולמעשים טובים מיט מדות טובות באצירט
א קינד וואס א געהויבן לעבן ער פירט

און דו פון דיינע קינדער וואס וועלן נאכקומען
אויסשטייגן אז די עלטערן זאלן זיך מיט זיי רימען
א שטאלץ און פראכט לתפארת אבותם
מען זאל וואונטשן ירבו כמותם

און דיר פערזענליך א ברכה פריוואט
עס זאל דיר גוט גיין בכלל ובפרט
ביז מיר וועלן זוכה זיין בקרוב בימינו
אנקעגן גיין משיח צדקינו
עכט ש'כח פאר די שיינע ברכה,
זאלסטו אויך האבן אסאך הצלחה,
נאר שמחות און פריידן,
די שמייכל זאל זיך קיינמאל נישט אפשיידן,
זאלסט קענען וואונטשן ברכות פאר יעדע איינעם,
נערים וזקנים,
פריינד און שכנים,
זאלסט נישט אויסלאזן קיינעם,
איך קען מיר נישט ארויסדרייען מיט א תירוצ'ל,
יא, האסט דערווארעמט מיין הערצל,
און ברוך תהיה איך טו דיר זאגן,
זאלסט זיך קיינמאל נישט דארפן פלאגן,
אדער זיך באקלאגן,
נישט וויסן פון צער אדער יגון,
אייביג זיין צופרידן,
צוזאמען מיט אלע יודן!!!
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אמן
ואמן
(דאס אויך גם, איז א גראם..)
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

פשי!
יש משהו, כ'האב הנאה פון דיין פעדער!
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אברך
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

א טאלאנט פאר גראם, הלואי ווען איך האב.
אבער איך לייען דא יעדע שורה, איך פארפעל נישט קיין טראפ.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליכע חרוזים לכבוד די שמחה
מזל טוב!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

שטומפיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 1:45 pm
הערליכע חרוזים לכבוד די שמחה
מזל טוב!
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: געפילן נאכן געבורט פון מיין ערשטע קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

@יש משהו הערליך הארציג און שיין.

ספעציעל הנאה געהאט פון די ארגינעלקייט פון דעם פאראגראף. אנדערע וואלטן געשריבן טרערן עס גיסט, ווי וואסער פליסט, ממש דמעות, פאר לאנגע שעות וכו' וכו' וכו'.
יש משהו האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 11:15 am
כ'בין ווערטערלאז,
אין בין שטום, שטיל,
אבער מיין הארץ הערט-ער-אויס,
ער ווייסט, וואס זאגן כ'וויל.
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”