מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 2:25 am
עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:55 am
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 4:07 pm
ממש א האר-אויפשטעלנדע עולה!!!!
א (סאו-קאולד) דעמאקראטישע לאנד, וואס האט שוין איבער צען חדשים נישט קיין פרעזידענט פארן קאורט. און - שטעל דיך פאר - די בית משפט פאדערט פונעם שר, וואס דארף זיכער מאכן אז ס'איז דא א פרעזידענט, צו צאמנעמען די ועדה, און ממנה זיין א פרעזידענט?!
שומו שמים!!!!
יריב לוין האט פרובירט צו זיך מפשר זיין מיט די ריכטער איבער ווער עס זאל זיין די קומענדיגע נשיא, זיי האבן אנטזאגט יעדע פריוו פון א פשרה, און יעצט מיט זייער כח צווינגען זיי אים צו טוען וואס זיי ווילן.
ער האט נישט ממש פרובירט. ער האט געזאגט איך נעם נאר צאם די ועדה אויב מ'טוט וויאזוי איך וויל - און איך וויל א פשרה.
ער האט נישט צאמגענומען די ועדה און געזאגט דארט לאמיר מאכן א פשרה, אזוי ווי גדעון סער און שקד האבן געטון, נאר ער נעמט נישט צאם די ועדה ביז מ'טוט וויאזוי ער וויל.
נו, א גוטן פורים!
ערעב איד, גענוג יאר איז די בג''ץ געווען בשליטה, אלעס האט א שיעור!
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 2:27 am

ער האט געוואלט א שמרן, פוגלמן האט נישט מסכים געווען האט ער מציע געווען א פשרה.
אוואדע וויל ער א שמרן, און איך וויל א מיליאן דאללער (כאטש)!
ביז יעצט איז דאך געווען איינגעפירט די שיטת הסעניאריטי, אז דער עלסטער שופט ווערט פרעזידענט. דאס איז איינע פון די זאכן וואס ער האט געוואלט טוישן ביי די רעפארם. צו זיין שלעכטן מזל האט ער עס נישט אדורכגעפירט, און נאכמער יעצט ביים פרעזידענט האט ער אפילו נישט קיין רשות וועטא, ווייל פרעזידענט פעלט זיך נאר אויס פינעף פון 9 זאלן מסכים זיין. און ער האט נאר 3.
יעצט וויל ער א פשרה! גוט מארגן! פריער האט ער נישט געהאלטן פון קיין פשרות (ווי גדעון ס. וכו'), יעצט פלוצלינג ווען ער פארלירט זיין מעגליכקייטן צו טון וואס ער וויל, וויל ער א פשרה.

אגב, באמת וואלט מען געמעגט זיך אדורכקומען מיט עם, די עיקר פחד איז נאר, אז זיין זיך עקשן'נען פארן פרעזידענט פאר איין יאר, איז ווייל ער ווייסט אז דער פרעזידענט גייט זיין דער ממונה אויף די ועדת חקירה, און פון דעם פחד'נען זיין, און ער וויל זיינס א מענטש, וואס זאל זיי פארזיכערן א ריינוואשונג. וואס דאס איז באמת א אומבאגרייפליכע עוולה. און וועגן דעם עקשן'ען זיך די אנדערע חברים.

ואגב דאגב: איז געווארן מפורסם דורך לוין'ס מענטשן, אז ס'קען נישט זיין אז ער טוט דאס וועגן די ועדת חקירה, ווייל ווילאנג ביבי איז פרעמיער, וועט מען ממילא נישט עפענען קיין ועדת חקירה, קומט אויס אז דאס איז נישט זיין חשבון. ואוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה.
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 2:39 am

וואס איז די בושה און כלימה?
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אז זיי גייען פשוט און פראסט נישט מאכן קיין ועדת חקירה אויף די גרעסטע אסון אין זייער לאנד, די גרעסטע אסון פארן יודישן פאלק זייט די צווייטע וועלט מלחמה.
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 2:42 am
אז זיי גייען פשוט און פראסט נישט מאכן קיין ועדת חקירה אויף די גרעסטע אסון אין זייער לאנד, די גרעסטע אסון פארן יודישן פאלק זייט די צווייטע וועלט מלחמה.
אה, דאס איז טאקע א שאנדע.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 2:39 am
אוואדע וויל ער א שמרן, און איך וויל א מיליאן דאללער (כאטש)!
און דאס איז אויך, שוין נאכן שלעפן פאר לאנגע חדשים.
פאריגע אדר א' האט שוין בג"ץ אויפגעפאדערט פון לוין, צו צאמנעמען די ועדה. לוין איז ערשט אנגעקומען אין קאורט אינמיטן תמוז. ווען דארט האט די קאורט צוגענדיגט די דיון אז די נושא איז זייער וויכטיג, און זיי זעהן א גרויסע וויכטיגקייט פון זיך צאמרעדן און קומען צו הסכמות, און וועגן דעם געבן זיין לוין' נאך 3 וואכן צו פרובירן צו קומען צו הסכמות מיט די חברי הועד. די גאנצע דריי וואכן האט לוין זיך נישט אראפגעזעצט און נישט גערעדט מיט די חברי הועד, און נישט פרובירט זיך דורכצוקומען מיט זיי אויף א פשרה. נאך דריי וואכן האט לוין געבעטן נאך צוויי וואכן, וואס בג"ץ האט געזאגט וויבאלד ס'איז אזוי וויכטיג אנצוקומען דא צו הסכמות, געבן זיי נאך צוויי וואכן.
די צוויי וואכן האבן זיך גענדיגט און אנשטאט אנצוקומען צו בג"ץ מיט הסכמות זאגנדיג אונז גייען שוין צאמזעצן די ועד, זאגט ער פאר בג"ץ וואס ער וויל טון און זיין מעכטיגע פשרה.
די פראבלעם איז נאר בג"ץ איז נישט אינטרעסירט אין דיין פשרה, די בג"ץ וויל דו זאלסט צאמרופן די ועד, און דארט מיט זיי זאלסטו אויסהאמערן פשרות, נישט מיט בג"ץ. בג"ץ רעדט דא בכלל נישט אריין (מאך נישט בג"ץ גרעסער ווי ס'איז, א טעות וואס די רעכטע האבן טייל מאל), דו מיט די חברי הועד וועלן זיך שוין רייסן ביי די קעפ, ס'האט גארנישט מיט אונז. אונז פאדערן נאר דו זאלסט צאמזעצן די ועד, אזוי ווי די געזעץ פאדערט.
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 3:02 am
יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 2:39 am
אוואדע וויל ער א שמרן, און איך וויל א מיליאן דאללער (כאטש)!
און דאס איז אויך, שוין נאכן שלעפן פאר לאנגע חדשים.
פאריגע אדר א' האט שוין בג"ץ אויפגעפאדערט פון לוין, צו צאמנעמען די ועדה. לוין איז ערשט אנגעקומען אין קאורט אינמיטן תמוז. ווען דארט האט די קאורט צוגענדיגט די דיון אז די נושא איז זייער וויכטיג, און זיי זעהן א גרויסע וויכטיגקייט פון זיך צאמרעדן און קומען צו הסכמות, און וועגן דעם געבן זיין לוין' נאך 3 וואכן צו פרובירן צו קומען צו הסכמות מיט די חברי הועד. די גאנצע דריי וואכן האט לוין זיך נישט אראפגעזעצט און נישט גערעדט מיט די חברי הועד, און נישט פרובירט זיך דורכצוקומען מיט זיי אויף א פשרה. נאך דריי וואכן האט לוין געבעטן נאך צוויי וואכן, וואס בג"ץ האט געזאגט וויבאלד ס'איז אזוי וויכטיג אנצוקומען דא צו הסכמות, געבן זיי נאך צוויי וואכן.
די צוויי וואכן האבן זיך גענדיגט און אנשטאט אנצוקומען צו בג"ץ מיט הסכמות זאגנדיג אונז גייען שוין צאמזעצן די ועד, זאגט ער פאר בג"ץ וואס ער וויל טון און זיין מעכטיגע פשרה.
די פראבלעם איז נאר בג"ץ איז נישט אינטרעסירט אין דיין פשרה, די בג"ץ וויל דו זאלסט צאמרופן די ועד, און דארט מיט זיי זאלסטו אויסהאמערן פשרות, נישט מיט בג"ץ. בג"ץ רעדט דא בכלל נישט אריין (מאך נישט בג"ץ גרעסער ווי ס'איז, א טעות וואס די רעכטע האבן טייל מאל), דו מיט די חברי הועד וועלן זיך שוין רייסן ביי די קעפ, ס'האט גארנישט מיט אונז. אונז פאדערן נאר דו זאלסט צאמזעצן די ועד, אזוי ווי די געזעץ פאדערט.
זאגסט אזוי, אז נאך וואס די בג"ץ האט אים געשטעלט אלע פיס'ליך אין וועג פון מאכען סיי וועלכע שינוים אינעם וועדה און אים פארקאנקט פון האבן א אמת'ע ווארט דארט פארלאנגט שוין יעצט נישט די בג"ץ קיין גרויסע זאכען... נאר סתם צוזאם צונעמען די וועדה.. און...?! מען גייט אים דארט גארנישט נאכגעבן ווייל די בג"ץ האט שוין אלעס אויסגעבעט ביז אהער...

ועוד, עס איז סתם אחיזת עינים דיין תגובה ווייל פארופן די וועדה איז סתם א טעכנישט זאך,
אינטער די קוליסן האט לוין געפארט יעדע סארט שרה מיט די חברי הוועה און מען האט אלעס אפגעווארפן.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 10:30 am

וואס עפעס איז בג"ץ שולדיג? ווען האט בג"ץ אריינגערעדט אין די שינוי פון די ועדה? נישט יעדע זאך וואס גייט שלעכט פאר די רעכטע איז בג"ץ שולדיג. די ועדה האט מען נישט געטוישט וועגן די מחאות, וועגן די מלחמה וכו', וואו קומט דא בג"ץ אריין?!
קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 10:30 am
ועוד, עס איז סתם אחיזת עינים דיין תגובה ווייל פארופן די וועדה איז סתם א טעכנישט זאך,
אינטער די קוליסן האט לוין געפארט יעדע סארט שרה מיט די חברי הוועה און מען האט אלעס אפגעווארפן.
די געזעץ פאדערט אויב פעלט איינער פון די ס"ק, אדער סתם א שופט אינעם לאנד, איז דער הויפט - יו"ר - פון די ועדה מחויב צאמצורופן די ועדה און שטעלן פרישע שופטים, דער יו"ר פון די ועדה איז דער יוסטיץ מיניסטער לוין. ער האט א חיוב על פי חוק צאמצורופן די ועדה און שטעלן פרישע שופטים.
מ'קען נישט זאגן איך פאלג נאר די געזעץ אויב מ'טוט וויאזוי איך וויל, כ'פארשטיי אז דו ווילסט א פשרה, וואס זאל מען טון, מעשיך ירחקוך, קיינער וויל שוין נישט קומען מיט דיר אין ווארט נאך וואס דו האסט פרובירט צו צוברעכן די כח פון די שופטים (לפי דעתם, כמובן), און יעצט קענסטו זיך נישט דורכקומען מיט זיי אויף א פשרה. קענסט נישט ערווארטן צו קאכן א געקעכץ, און א צווייטער זאל עס אויפעסן. עניוועי, ס'איז נישט קיין חילוק צו ער קען קומען צו א פשרה, צו נישט, די געזעץ פאדערט ער זאל צאמרופן די ועדה און שטעלן פרישע שופטים.
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

והמבין יבין.
אטעטשמענטס
GbI7bzMWwAAXm9w.jpg
GbI7bzMWwAAXm9w.jpg (26.59 KiB) געזען 263 מאל
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:14 pm
והמבין יבין.
ווער איז די פאולסטער?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:15 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:14 pm
והמבין יבין.
ווער איז די פאולסטער?
און די אויסגעפרעגטע? עזה איינוואוינער?
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:14 pm
והמבין יבין.
די אמון אין די מערכת המשפט גייט נאר אראפ, סאיז אמת אז מטראסט איר מער ווי די כנסת און די ממשלה, אבער אין די צייט וואס די ממשלה איז ערוועלט געווארן דורך א דעמאקראטישן סיסטעם, דארף זי זיך ווייניגער רעכענען אויף וויפיל דער עולם איז צופרידן צו איר. ווידער דאס אז דער בג''ץ האט נאר 44 פראצענט [אין יאר 2000 איז זי געשטאנען ביי 84 פראצענט, אין יאר 2009 איז זיגעשטאנען ביי זעכציג פראצענט, עס הערט נישט אויף פאלן] איז א גרויסע פראבלעם, זינט א אויטאקראטישע קראפט וואס פאסט זיך נישט צו צום פאלק דארף האבן פיל א העכערע צופרידנהייט ראטע.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

מתמודד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 3:51 pm
עס הערט נישט אויף פאלן] איז א גרויסע פראבלעם, זינט א אויטאקראטישע קראפט וואס פאסט זיך נישט צו צום פאלק דארף האבן פיל א העכערע צופרידנהייט ראטע.
"דארף צו" עז איט שאלד בי, אדער "דארף צו" מינינג בדרך הטבע וואלט עס געדארפט אזוי זיין?
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 3:58 pm
מתמודד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 3:51 pm
עס הערט נישט אויף פאלן] איז א גרויסע פראבלעם, זינט א אויטאקראטישע קראפט וואס פאסט זיך נישט צו צום פאלק דארף האבן פיל א העכערע צופרידנהייט ראטע.
"דארף צו" עז איט שאלד בי, אדער "דארף צו" מינינג בדרך הטבע וואלט עס געדארפט אזוי זיין?
'דארף צו'

די מערכת המשפט דארף האבן די זעלבע טראסט ווי די מיליטער האט, ווי די מוסד האט, און ווי די משטרה דארף ווען צו האבן. עס דארף זיין אינעם קאנצענזוס. כנ''ל די ייעוץ משפטי. וויבאלד זענען נישט ערוועלט ביים פאלק, אזא אגענטור דארף זיין פאליטיק און אגענדע ריין, און דאס איז א ערנסטע פראבלעם.

פאליטיק איז ארגינעל אויסגעשטעלט אז סוועט קיינעם נישט זעטיגן, כל שכן אין א פארלאמענטארע דעמאקראטיע, ווי רוב מענטשן האבן נישט מער ווי מאקסימום דרייסיג פראצענט רעפרעזענטאטן אין די כנסת און אין די ממשלה, דערפאר איז פארשטענדליך אז צופרידנהייט איז א שוואכער קריטעריע, און מדארף זיך פארלאזן אויף די שטימען.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

קען זיין עס איז געקניפט און געבינדען ביידע זאכן.
די ממשלה איז נידעריג וויבאלד מען איז נישט צופרידן אז זיי האבן גארנישט געטון צו פאררעכטן די אוטאקראטן.
סא, די %42 וואס טראסטן נאך דעם בית משפט זענען אויטאמאטיש מיינוס 42% וואס טראסטן נישט דעם רעגירונג, און די איבעריגע 43% וואס טראסטן נישט דעם רעגירונג זענען די זעלבע וואס טראסטן נישט דעם בית משפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”