Re: מיין דייעביטיס טייפ 2 עקספיריענס
יישר כוח פאר די אפדעיט. קיפ אפ די גוד wארק!פאנטייטען האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 24, 2024 6:07 pm@דייעבעטיק , איך האב געזאגט צוריק צו קומען מיט מיין אפדעיט, איך האב נישט געהאט ווייל איך האב אפגעטשטיפט דעם באזוך און נאך אמאל און נאך אמאל. פיינעלי בין איך געווען ביים דאקטאר פאריגע וואך.פאנטייטען האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 29, 2024 4:16 pmא גוטן. יישר כח פאר עפענען דעם אשכול.
ביי מיין יערלעכע טשעק אפ עטליכע יאר צוריק האט מיר דער דאקטאר געכאפט ביי א a1c לעוועל פון 7.2. און די גלוקאוז ביי 121. ער איז זייער מחמיר און מיר תיכף געשטעלט אויף מעדיצין.
איך האב תיכף אנגעהויבן א שטרענגע לאו קארב דייעט, און געשניטן מיינע פארציעס און פארלוירן א שיינע מספר פונטן. בימות החול עס איך נישט קיין ברויט, אמאל אביסל קרעקערס. איך עס ירקות און מיש אריין קראטונס. שב"ק עס איך ספעלט חלה אנשטאט ווייץ. נאך 10 חדשים האט מיר געכאפט א שרעקליכע שוואכקייט פון א מאגן קרענק און איך האב על דעת עצמי אויפגעהערט נעמען די מעטפארמען.
נאך עטליכע וואכן ווען איך האב שוין געשפירט בעסער בין איך געווען בכח צו גיין צום דאקטאר און ער האט מיר געזאגט אז מיין a1c איז 5.2 און מיין גלוקאוז ביי 113. איך בין געבליבן אראפ פון מעדיצין.
נאך 8 חדשים שפעטער האלט מיין a1c ביי 5.3 און מיין גלוקאוז איז יא גראדע געווען העכער אביסל, ער האט יא געוואלט איך זאל אנהויבן צוריק די מעדיצינען, אבער איך ציטער דערפון צוליב מיין פראבלעם דערמיט פאריגע מאל. איך האב מיך שטרענגער גענומען אין די האנט, סיי מיטן שפאצירן מער און סיי מיטן שניידן דעם פארציע וואס איך עס. אויך טרינק איך היבש וואסער איבערן טאג. איך האף צו באקומען בעסערע רעזולטאטן בקרוב ביי מיין יערלעכע וויזיט.
אויף אזויפיל האט עס אויפגעטאן אז מיין אומבאלימפערטע מידקייט אינמיטן טאג אבער ביים דרייווען האט זיך כמעט ווי אפ געטאהן פון מיר ב"ה. אמאל האב איך עס תולה געווען אז עס איז פארבינדן מיט די פאקט איך שלאף מעגליך נישט גענוג. למעשה שפיר איך כהיום אסאך לייכטער און וואכער איבערן טאג.
איך געדענק זיך ארויסגיין דאן פונעם דאקטאר אפיס אזוי צעבראכן אז דעם באצוקערדיגן קאווע און טשיז דעניש וואס איז געליגן אין קאר ווארטענדיג איז זאל דאס ענדיגן האבן באקומען דעם תם ולא נשלם פון מיר.
שבת וועל איך יא עסן געוויסע זאכן וואס אינדערוואכן איז דאס א חלילה, צוליב א געוויסע סיבה, לכבוד עונג שבת. אבער זה הוא ווי מ'רופט עס.
אקעי, איך מיין עס איז גענוג פאר דערווייל.
אבער הרב @דייעבעטיק דיין a1c און גלוקאוז איז געווען אזוי שרעקליך הויעך! וויזוי קען זיין אז מען האט דיר נישט אדמיטעד צום שפיטאל? מען קען געהעריג זיין חולה קראנק פאר א לאנגע צייט פון אזוינע נומערן! און דו האסט עס נאך אראפגעקראכן נאר פון שניידן קארבס? דאס איז פלאי פלאים!
די רעזולטאטן איז געווען צופרידנשטעלנד. מיין A1c איז געווען ביי 5.6, גראדע האב איך דאס נישט ליעב ווייל איך וויל נישט אריבערגיין דעם נומער, אבער עס קומט נאכן נישט זיין אזוי שטארק נזהר ווי ממש אנהויב נאכן דיאגנאז. מיין גלאקאוז לעוועל ביים פינגער האט געוויזן 137, עס האט מיך דערשראקן, אבער שפעטער פון די לעב איז עס צוריקגעקומען אלס 112.
דאס אלעס קומט נאכן נישט נעמען מער מעדיצינען פאר 17 חדשים ב"ה. איך גלויב ווען נישט דאס וואס איך טשיעד וואלט עס בעסער געווען, אבער געלויבט קוב" ה אז מען האט דאס געכאפט פריה און איך נעם אריין אין מיר היבש ווייניגער צוקער ווי איידער די דיאגנאז.
דער דאקטאר וויל אבער פון מיר צו פארלירן קרוב צו 100 פונט, איך קען אויך באשטיין.. ער האט מיר פארשריבן צו נעמען די קלענסטע דאזע אזעמפיק און וויל מיר זען אין א חודש ארום.
איך מאך נישט קיין טעסטס איעדען טאג, איך בין פשוט אראפ פון קארבס און צוקער ווי ווייט מעגליך און ב"ה איך שפיר סתם אזוי בעסער, און די טעסטס ביים דאקטאר באזוכן זאגט פיינע נומערן, די גאנצע פראבלעם איז נאר די וואג.
יישר כח פאר דיין אשכול.