Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
הכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 05, 2023 10:25 amסטיוו עלסטער האט געוואלט רעגיסטרירן אלס א טרעידמארק אן אויפשריפט וואס ער האט געלאזט דרוקן אויף העמדלעך מיט די פראזע "טראמפ איז צו קליין"
די טרעידמארק אפיס האט אבער אפגעווארפן די אפליקאציע זאגנדיג אז עס פארלעצט סעקשאן 2 פון די לענהעם אקט וועלכע פארבאט פעדעראלע טרעידמארק רעגיסטראציעס וועלכע אנטהאלטן די נעמען פון און אידענטיפיצירן ספעציפישע לעבעדיגע אינדיווידועלן סיידן מען באקומט זייער ערלויבעניש און אזוי דארף מען באקומען שריפטליכע ערלויבעניש פון די אלמנות פון פארשטארבענע פרעזידענטן
עלסטער האט אפעלירט די באשלוס צום אפעלאט באורד וועלכע איז געקומען צום זעלבן אויספיהר אבער נאכן אפעלירן די קעיס צום פעדעראלן סירקוט קאורט (וועלכע איז די קרייז געריכט וועלכע באהאנדלט אלע טרעידמארקס אישוס) האבן זיי צוריקגעדרייט די באשלוס שרייבנדיג אז סעקשאן 2 פון די קאנגרעס באשטעטיגטע לענהעם אקט גייט אקעגן די ערשטע אמענדמענט פרייהייט פון אויסדרוק קאנסטיטוציאנאלע רעכט און מען אז צו באגרעניצן אויסדרוק מוז מען קוקן אויף די אינהאלט אוןעס באזירן אויף וויכטיגע רעגירונג אינטערעסע אבער אין דעם פאל איז נישט דא סיי וועלכע אנדייטונג אז אזא פארבאט איז אין די אינטערעסן פון די רעגירונג
די געריכט שרייבט אז די רעגירונג האט נישט קיינע פריוואטקייט רעכטן אדער פובליסיטי אינטערעסן צו באגרעניצן אויסדרוק וועלכע קריטיקירט אירע באאמטע אדער פובליק פיגורן אין די טרעידמארק קאנטעקסט
ד ביידען אדמיניסטראציע האט אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט וועלנדיג באשוצן אינסטיטוציאנאלע אינטערעסן און די מעגליכקייט פון קאנגרעס צו באשטימען אזעלכע געזעצן
איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס אינעם קומענדיגן טערמין
די געריכט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און אויסגעקוקט גענויגט איבערצודרייען די אורטייל פונעם קרייז געריכט
ריכטערין סאטאמאיאר האט ארויסגעברענגט אז די פראגע איז נישט אויב עלסטער קען נוצן די פראזע נאר בלויז אויב ער קען באקומען א טרעידמארק דערויף
דאס מיינט אז זיין פרייהייט פון אויסדרוק ווערט נישט באגרעניצט און ער קען פארקויפן העמדלעך אדער אנדערע זאכן מיט דעם אויסדרוק וואו ער וויל אן קיין אפהאלט
ער קען אפילו מאכן א טרעידמארק אונטער אלגעמיינע וועלכעטליכע טרעידמארק געזעצן וועלכע ווערן אינפארסירט אין א רייע סטעיט'ס אבער ער קען נישט צווינגען די אמעריקאנע פעדעראלע טרעידמארק אפיס עס צו אנערקענען
ריכטערין דזשעקסאן האט אויסגעקוקט איינצושטימען מיט די צוגאנג אבער ריכטער גארסוטש האט באטראכט די קעיס פון א צווייטע פערספעקטיוו
גארסוטש וועמען'ס ארגומענט איז געווארן געשטיצט דורך ריכטער קעווענאו איז געווען אז צוריקקוקנדיג אין היסטאריע טרעפט מען געזעצן וועלכע פארבאטן אזעלכע סארט טרעידמארקס גייענדיג צוריק כמעט ביז אמעריקא'ס גרינדונג און אזא אור אלטע טראדיציע איז די גרעסטע באווייז אז קאנסטיטוציע שרייבער וועלכע האבן געשריבן די ערשטע אמענדמענט האבן נישט געזעהן דערין קיין פארלעצונג צו פרייהייט פון אויסדרוק
ריכטערין קעיגען האט געפארמענט איר אייגענע צוגאנג פארוואס צו בארעכטיגן די געזעץ זאגנדיג אז די געזעץ איז קאנצעטרירט צו באגרעניצן "געוויסע סארט" אויסדרוקן און צום ביישפיל ציהלן אויף פראזן וועלכע קריטיקירן פאליטיקאנטן
זי זאגט אז די געוויכט פונעם געזעץ איז נישט איבער וועלכע סארט אויסדרוק ווערט גענוצט נאר איבער "ערלויבעניש וואס די טרעידמארק אפליקאנט דארף באקומען פונעם פאליטיקאנט" און דאס איז אפילו אויב די אויסדרוק איז קאמפלימענטירנד צום פאליטיקאנט
ביים ענדע פונעם סעסיע האט ריכטער ראבערטס קאנגראטולירט מאלקאלם סטוארט וועלכע האט רעפרעזענטירט די רעגירונג צו זיין הונדערט'סטע מונדליכע ארגומענט אינעם העכסטן געריכט
ראבערטס האט אונטערגעשטראכן אז סטוארט איז דער פערטער פערזאן אין די לעצטע 10 יאר צו גרייכן אז ציפער
ריכטער ראבערטס האט זיך עראינערט מיט זיינע מעמוארן פון זיינע יארן ווען ער איז נאך געווען אן אדוואקאט און דערמאנט א קעיס וועלכע ער (ראבערטס) האט רעפרעזענטירט אין סופרים קאורט און סטוארט האט געמאכט די קעיס פאר די צווייטע זייט
ראבערטס האט אויסגעפיהרט אז אין די ענדע ווען די אורטייל איז אראפגעקומען איז ער (ראבערטס) געווען בלויז קארגע 9 שטימען אוועק פון אן איינשטימיגן אורטייל אין שטיצע פון זיין קליענט..
די סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט אין שטיצע פון די רעגירונג און ריכטער טאמאס האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט