מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

מיינע טריט שטייט
מיטן קאפ געבויגן
כ'זע שוין פון ווייט
קוים, מיט די אויגן

אין בית עלמין דארט
אין קראקא, דעם נייעם
באזייטיגט דארט
ביים עק בית החיים

א נידריגע צוים
פון שטיינער געמאכט
און מ'דערקענט קוים
וואס דארטן פארבראכט

נענטער צוטרעט איך
א הארץ-קלאפ פארפעלט
ניין! כ'בעט דיך...
מיינע טריט אפגעשטעלט

די שטיינער זענען
נישט סתם סיי וואס
כ'טו דערקענען
אור-אלטע מציבות

ביים מלחמה באמבאדירט
דערנאך ברוכווארג געטראפן
צאמשטעלן פראבירט
אבער אן קיין האפן

האט מען אן קיין ברירה
צאמגענומען די שטיינער
פון די אידן טייערע
וואס ווער זיי זענען ווייסט קיינער

און א שטיקל אנדענק
לעילוי נשמתם צאמגעשטעלט
מיין פנים אין טרערן כ'שווענק
אוי, באשעפער פון די וועלט

וְלֹא יָדַע אִישׁ אֶת קְבֻרָתוֹ
עַד הַיּוֹם הַזֶּה
בעטן מיר ביי דיר אזוי
וועק זיי שוין אויף און ווייז זיי

דיין מציבה איז דא
חלק פונעם צוים אין בית החיים
אבער ס'שוין געקומען די שעה
עולה צו זיין קיין ירושלים.
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7908
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

הערליך!!!
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 12551
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

זייער שיין!! און ווייטאגליך…
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

ארויסגעברענגט מיינע געפילן וואס איך האב דארט געהאט....

הערליך שיין...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5161
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

ווייטאגליך
הערליך ארויסגברענגט
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

@שוואכער איז פאלי בעק!
הערליך!
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

זייער שיין!!
לייג ארויף די בילד פון די מציבות אינעם נייע בה''ח
אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:38 pm
זייער שיין!!
לייג ארויף די בילד פון די מציבות אינעם נייע בה''ח
כ'וועל בעז"ה שאפן דאס בילד.
סברי מרנן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 27, 2024 2:39 pm

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סברי מרנן »

הערליך שיין @שוואכער

גראדע איז היינט צוטאגס זייער נאכגעלאזט די ביה"ח דארט סאיז אינגאנצן באוואקסן און מנעמט נישט קעיר אחוץ פון בעטן טייער געלט פאר די אידן וואס קומען מתפלל זיין דארט טוען זיי נישט גארנישט
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

יא יא ס'כאפט א שוידער ווען מ'גייט קיין אהין קיין יוראפ, נישט נאר אין קראקא. זייער שיין
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
זילבער פיצער
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

אין די בעק פון די ציון אין ליזענסק איז אויך דא אזאנס.👇


◄ ווייז ספוילער
VideoCapture_20240902-234016.jpg
VideoCapture_20240902-234016.jpg (260.98 KiB) געזען 172 מאל
VideoCapture_20240902-234007.jpg
VideoCapture_20240902-234007.jpg (287.45 KiB) געזען 172 מאל
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1222
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

צוצולייגן זאלץ צו די וואונדן, נישט זיכער וועגן די ספעציפישע שטיינער אין קראקא, אבער גאנץ פוילן איז פאר לאנגע יארן נאכן קריג געווען אויסגעפלאסטערט מיט שטיקער פון די אידיש מציבות. זעהט אויס ווען אימער קען עדיסאן האט געגראבן און מען האט געדארפט פארשטאפן דעם לאך, האט מען אנשטאט גיסן אספאלט פון פריש פשוט גענומען א שטיק מציבה מיט אידישע אותיות - וואס האט זיך ליידער געוואַלגערט איבער די פוילישע שטעטלעך און דערפלעך כדומן על פני השדה - און דאס גענוצט צו אנפילן דעם לאך.

אין די לעצטערע יארן איז אנטשטאנען א שטיקל באוועגונג אין פוילן דורך געציילטע גרופעס, סטודענטן וואס נעמען דאס אונטער אלס שולע פראיעקטן א.א.וו., צו צוזאמען נעמען די שטיקער מציבות און עס אהערשטעלן אביסל בדרך כבוד אויפן ארטיגן אידישן בית החיים אנשטאט מען זאל עס כסדר פארשוועכן.
אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7427
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

זילבער פיצער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:43 pm
אין די בעק פון די ציון אין ליזענסק איז אויך דא אזאנס.👇


◄ ווייז ספוילער
VideoCapture_20240902-234016.jpgVideoCapture_20240902-234007.jpg
איך האב גראדע גערעדט פון אן אנדערן סארט וואנט, כאטש וואס אזאנס איז אויך דא אין קראקא. כ'רעד פון פשוט מציבות איינס אויפן צווייטן. מער א צוים ווי א וואנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”