Re: וואלט איר געוואלט גיין מיט תכלת?
און אויך איז ברור כשמש אז 99% פראצענט צדיקים פון די זמנים וואס מען האט מחדש געווען די תכלת האבן ״נישט״ מחמיר געווען דערויף און נאך מער מחמיר געווען עס ״נישט״ אנצוטוהן. און אז איינער קומט ווי א היפאקריט שרייען י״ג עיקרים אין א פסוק חומש איז ער א מזלזל בצדיקים הקודמים און א מוציא לעז על הראשונים.יום המעונן האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 9:20 pmדי קענסט נישט ליינען?שאינו יודע האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 7:16 pmפרעגסט די לשון און א שטיקל נאכדעם ביסטו מיר מסביר וואס ער זאגט?יום המעונן האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 6:48 pmאון ביי מיר דערמאנט שרייען אז א מצות עשה מן התורה איז נישט נוגע בזמן הזה פון משה מענדאלסאן וכת דילי'. ווי געשריבען אין מיין פריערדעגע תגובה, די מדרש, אריה"ק ועוד זענען נישט געקומען עוקר זיין קיין איין מצוה חס מלהזכיר. אני מאמין באמונה שלימה שזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.שאינו יודע האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:24 pmאה. קענסט פארן אויף פרעשבורג און איבערגעבן פארן חתם סופר.חמול על מעשיך האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 12:36 pm
ביסט אינגאנצען פון קאפ געפאלען אין די תורה שטייט אז מען דארף גיין מיט תכלת פינטל, אין אז איינער איז קלאר וואס דאס איז איז ער מחיוב צו גיין... ברענג מיר יעצט נישט קיין מדרשים פון חת”ס סופר ווייל באלד וועל איך דיר ברענגען אפאר שווערע מורה נבוכים’ס וואס דו וועסט דארפן פארענפערן... עס פרעגט גארנישט אפ... קיין זאך וועט נישט אוועקדרייען די פשטע תורה...
בקיצור. מען רעדט דא פון א מסורה פון 2,000 יאר, און הגם דער ראדזינער האט מחדש געווען אז עס איז דא תכלת, איז ער געווען ממש א יחיד אין גדולים וקדושים האבן נישט חושש געווען דערויף וואס האקסטו מיט א פסוק חומש??
אגב. שרייען מיט צוגעמאכטע אויגן ״ברענג מיר נישט קיין מדרש, עס איז א פסוק חומש״ דערמאנט מיר פון ״עצרת אחר השבת״
זיי זענען סה"כ מסביר פארוואס די בורא כל עולמים האט אזוי מסבב געווען אז פאר במשך א גרויס חלק פון ימי הגלות זאל מען נישט האבען די מעגליכקייט מקיים צו זיין די מצוה.
די לשון האב איך געפרעגט פון די חתם סופר וואס איך האב נאך נישט געזעהן צוברענגען ביז היינט, אין דא רעד איך וועגען די מדרש אין די אריז"ל וואס ווערן ברייט באהאנדעלט אין אלע קונטרסים אויף דעם נושא.
בכל אופן איז ברור כשמש אז נישט די חת"ס אין נישט די אריז"ל קריגען זיך אויף איינס פון די י"ג עיקרים.
א גוטע נאכט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!