Re: אימתא דציבורא - Stage Fright
לאמיך קלארשטעלן, בשעת ווען א מענטש שטייט ביים פאודיעם און פארגעסט וואס ער וויל זאגן וכדו' וואס פון דעם האט מען דאך מורא, אוודאי וועלן מענטשן טראכטן און האבן א געוויסע בליק אויף די "סיטואציע", אבער צו דען טוישן זיי זייער בליק אויפ'ן מענטש פון היינט אויף ווייטער? די נעקסטע טאג האט יעדער פארגעסן די גאנצע מעשה, נאר די באטראפענע קען נישט אויפהערן טראכטן וואספארא דורכפאל ער איז.Letshelpothers האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 8:38 pmאיך פרעג ווייל איך וויל הערען אייער מיינונג.האמפטי דאמפטי האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 12:52 pmפאר סיי וועלכע אויפטריט פראביר איך צו חזר'ן אז NOBODY CARES צו ס'גייט געלונגען צו נישט, איין מינוט נאכדעם גייט מען שוין נישט טראכטן דערפון, אויב ס'געלונגט ווער איך נישט קיין העלד, אויב ס'פאלט דורך בין איך נישט קיין דורכפאל. ס'העלפט אביסל אבער נישט קיין סאך.
פון די סטעידזש פרייט פון וואס איר רעדט זעט אויס ווי סאיז לא סעלף עסטים?
, ווייל איר זאגט אז נא באדי קערס (וואס איז הונדרעט פראצענט אמת. ווי אויך אפילו איינער קעירט יא אין סגעפעלט עם נישט. איך קען מיך נישט געפעלען פאר יעדען)
איך בין ניגגיריג צו דאס איז די יסוד?
אוואדאי וועט מען נאכזאגען פון צדיקים וואס האבען געזאגט זיי האבען אימיתי דיציבירי ווען זיי שטעלן זיך אויף רעדען. אבער איך מיין דאס איז עפעס אנדערש. דאס איז ווייל זיי פילען אן אחריות אויף וואס זיי גייען מעורר זיין דעם ציבור.
איך וואלט עפרישיעטיט דיין פארשטאנד דערין.
דאס אז טאמער מ'מאכט א טעות איז עק וועלט איז הוילע פאנטאזיעס און פחדים, וואס ווערט גערופן אימתא דציבורא - Stage Fright.
ס'פעלט נישט אויס אריינצוברענגן לאו סעלף עסטים, דאס איז די דרך פון פסיכעלאגיע אז וואס די מענטש זאגט איז די אויפגאבע פונעם טערעפיסט צו זאגן ניין ס'איז עפעס סאך סאך סאך טיפער אזוי זעט ער אויס ווי א חכם. די' לצרה בשעתה ודו"ק.
און דאס איז אויך אן ענפטער פאר @צו די זאך