נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:34 am
Yiddish Travel האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:21 am
SAS עירליינס האט נעכטען געסוויטשט אלייענס פון סטאר אלייענס צו סקיי טיעם, SAS איז געווען איינע פון די 5 עירליינס צו גרינדן די סטאר אלייענס
ליין דא פון @nodeJS איבער די גרויסע באדייט פון די סוויטש
viewtopic.php?p=5041470#p5041470
געטס א בליק, @nodeJS געבט די פערספעקטיוו ארויס צוהאבן די נייעס
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
זייטיגע נאטיץ
אונז זענען אויף א ברעיק
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5290
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

וואס פארא עירקרעפט איז דאס ? קוקט אויס ווי אן עלטערע גענעראציע
אוועטאר
אין איין ווארט
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 31, 2022 11:05 am
לאקאציע:ספעיס

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין איין ווארט »

Borrower האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:06 pm
וואס פארא עירקרעפט איז דאס ? קוקט אויס ווי אן עלטערע גענעראציע
737
ס׳קומט שוין דער זמן, ס׳קומט שוין די זמן.
פארשפרייט דיין שיין, לעכטיג וועט זיין. 🎶
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

אין איין ווארט האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:17 pm
Borrower האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:06 pm
וואס פארא עירקרעפט איז דאס ? קוקט אויס ווי אן עלטערע גענעראציע
737
יאפ, א 737-800 וואס איז בערך 25 יאר אלט
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
זייטיגע נאטיץ
אונז זענען אויף א ברעיק
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

Borrower האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:06 pm
וואס פארא עירקרעפט איז דאס ? קוקט אויס ווי אן עלטערע גענעראציע
אויב די רעגיסטרעישן איז ריכטיג איז עס א 737-800

האקט
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

Borrower האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:06 pm
וואס פארא עירקרעפט איז דאס ? קוקט אויס ווי אן עלטערע גענעראציע
אקעי, דעי פאוסט באלאנגט אפשר אין אן אנדערע אשכול, אבער אז די שאלה איז געפרעגט געווארן דא, וועלמיר עס ענטפערן דא

וויאזוי קען מען וויזואלי אידענטיפיצירן פארשידענע עירקרעפטס? א פולע גייד וואלט פארלאנגט א אשכול פאר זיך (אפשר איין טאג...), אבער לאמיר אנאליזירן די בילד און קאנצעטרירן איבער עטלכע שליסל-פונקטן וועלכע זענען די מערסט זעהבארע חילוקים צווישן איין מאדעל עירקרעפט און אן אנדערע:
aircraft.jpg
aircraft.jpg (319.9 KiB) געזען 2789 מאל
צוערשט, דארפן מיר וויסן וועלכע פלעין מעיקער איז עס, באואינג אדער עירבאס (די קלענערע רידזשענעל איז א מסכתא פאר זיך)
סאו, גייענדיג פון קאפ צו פיס, די שפיץ נאז (רויטע סירקל) און די שיפע קאקפיט פענסטערס (אראנדזשע סירקל) דערציילן אונז אז דאס איז א באואינג.
וועלכע באואינג מאדעל?
די נאמבער און אויסשטעל פון די טירן (בלויע סירקלס), וויאויך די ווינגלעטס (פוירפל) אנטפלעקן אז דאס איז א 737-800 סאו קאלד נעקסט דזשענערעישן (NG).
די שיפע דארסעל פין (גרינע סירקל) איז אויך א באואינג כאראקטער.
ענדזשוי יור פלעין ספאטטינג!


נ.ב. זעלבסט פארשטענדליך אז אויב די רעגיסטרעישן נאמבער איז וויזיבל (אזוי ווי אויף דעם בילד) קען מען עס סימפלי סוירטשן, עס האט אבער נישט די זעלבע Thrill...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

nodeJS האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:54 pm
Borrower האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:06 pm
וואס פארא עירקרעפט איז דאס ? קוקט אויס ווי אן עלטערע גענעראציע
אקעי, דעי פאוסט באלאנגט אפשר אין אן אנדערע אשכול, אבער אז די שאלה איז געפרעגט געווארן דא, וועלמיר עס ענטפערן דא

וויאזוי קען מען וויזואלי אידענטיפיצירן פארשידענע עירקרעפטס? א פולע גייד וואלט פארלאנגט א אשכול פאר זיך (אפשר איין טאג...), אבער לאמיר אנאליזירן די בילד און קאנצעטרירן איבער עטלכע שליסל-פונקטן וועלכע זענען די מערסט זעהבארע חילוקים צווישן איין מאדעל עירקרעפט און אן אנדערע:
aircraft.jpg

צוערשט, דארפן מיר וויסן וועלכע פלעין מעיקער איז עס, באואינג אדער עירבאס (די קלענערע רידזשענעל איז א מסכתא פאר זיך)
סאו, גייענדיג פון קאפ צו פיס, די שפיץ נאז (רויטע סירקל) און די שיפע קאקפיט פענסטערס (אראנדזשע סירקל) דערציילן אונז אז דאס איז א באואינג.
וועלכע באואינג מאדעל?
די נאמבער און אויסשטעל פון די טירן (בלויע סירקלס), וויאויך די ווינגלעטס (פוירפל) אנטפלעקן אז דאס איז א 737-800 סאו קאלד נעקסט דזשענערעישן (NG).
די שיפע דארסעל פין (גרינע סירקל) איז אויך א באואינג כאראקטער.
ענדזשוי יור פלעין ספאטטינג!


נ.ב. זעלבסט פארשטענדליך אז אויב די רעגיסטרעישן נאמבער איז וויזיבל (אזוי ווי אויף דעם בילד) קען מען עס סימפלי סוירטשן, עס האט אבער נישט די זעלבע Thrill...
WOW! @nodeJS הערליכע הסבר!!
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
זייטיגע נאטיץ
אונז זענען אויף א ברעיק
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

📢אכטונג אכטונג איטס טיים פאר א ברעיק

⌨️תגובה 500 וועט בעזרת ה' זיין חלק ב'

👋צום ווידערזעהן א וואך ארום אי"ה!
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

שוועדישע רעגירונג געמאלדן אז זיי וועלן אנולירן די שטייערן ארויפגעשטעלט אויף קויפן עירליין טיקעטס, אין א פארזוך צו עטוואס נידערן די פרייזן.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-09-03 172234.png
Screenshot 2024-09-03 172234.png (66.4 KiB) געזען 1996 מאל
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

images (2).png
images (2).png (3.06 KiB) געזען 1876 מאל
דעלטא עירליינס האט געמאלדן אז זיי טוען שניידן זייער איינציגסטע Daytime Europe-Bound פלייט, דאס הייסט א פליגער וואס פארט קיין יוראפ אינמיטען טאג.

DL266 פארט ארויס פון JFK קיין פאריז CDG עירפארט; אום 815 יעדע אינדעפרי און לאנד אין פאריז 935 ארטיגע זייגער. אדער בעסער געזאגט 21:35.

די פלייט איז אנגעגאנגען זייט חודש אפריל 2024 למספרם.

די לעצטע 767-400ER פלייט ארויסצופארן אויף די רוט וועט זיין October דעים פינעף און צוואנציגסטען.

דאס איז שוין דעלטאס צווייטע דורכפאל מיט א בייטאג פלייט קיין יוראפ נאכדעים וואס מיט א 15 יאר צוריק האבן זיי אויפגעהערט זייער בייטאג פליגער קיין לאנדאן.

איז אזוי. וואס איז דער גרויסע חידוש מיט די נייעס? הע

וועל איך אייך זאגן.

דער ענטפער איז אז רובא דרובא פליגערס פון אמעריקא קיין יוראפ אדער ווי מען רופט עס Transatlantic Flights פארן ביינאכט.
די פליגערס ווערן אנגערופען Red Eye פליגערס. פארוואס? ווייל מען קומט אן קיין יוראפ מיט א רויטע אויגן צוליב דער קורצע נאכט.



ביי דער גוים זאגט מען אויף דער בייטאג פלייטס פרישטאג אין אמעריקע סאפיר אין לאנדאן. אדער להבדיל ביי אונז אידן וואלט מען געזאגט שחרית אין שומרי שבת און מעריב אין פינטערס.

דער מעלה פון א בייטאג פלייט דארף איך אייך נישט זאגן. קודם קען מען דאך ארויסקוקען פון פענטסטער זען דעים נפלאות הבורא.
דערנאך פארליט מען נישט א פיינעם נאכט שלאף.

איז דא לעת עתה 18 אזוינע יוראפ בייטאג פלייטס ווי פאלגענד.

אמעריקאן עירליינס האט 2 אזאלעכע פלייטס. ביידע פארן קיין לאנדאן. AA 90 פארט פון טשיקאגא אום 820 אינדעפרי און AA 142 פון קענעדי אום 930. ביידע קומען נאך אן אין דער זימער פאר דער שקיעה.

דערנאך איז דא אן עירליין וואס הייסט Azores Airlines. דאס מאכט אבער א סטאפ אויף אן אינזעל אינמיטען דער אקעאן. דער עולם האט סייווי נישט געהערט פון דער עירליין איז אלזא לאמיר אפיצען פון שטח.

עיר קאנאדע האט א פלייט פון Halifax קיין לאנדאן during the day.


דער נעקסטער אין דער רייע איז @בריטיש עירוועיס
בריטיש האט 3 טעגליכע בייטאג פלייטס.

BA 178 וואס פארט 755 פון JFK קיין לאנדאן

BA 238 וואס פארט 720 פון באסטאן קיין לאנדאן

BA 180 וואס פארט 855 פון ניוארק קיין לאנדאן.

דערנאך האט Icelandair עירליינס 2 פלייטס פון באסטאן און JFK קיין אייסלאנד.

B6 1108 jetBlue פון JFK קיין לאנדאן פארט ארויס 807 און קומט אן 20:45 יא האסט גוט געהערט ער פארט 807 נישט 806 אדער 808.

Turkish Airlines פלייט TK 112 פון JFK קיין איסטאנבאל טערקיי וואס פארט ארויס 655 AM און דערגרייכט נאך טערקיי פאר חצות הלילה.

United Airlines פלייט UA 934 פון ניוארק קיין לאנדאן פארט ארויס 830 אינדערפרי.

און צום לעצט Virgin Atlantic פלייט VS 26 פון קענעדי קיין נא זאגטס אלע לאנדאן אום 820.

כהאב אביסעל באשריבן מייט רייזע מיט א בייטאג פלייט דא 🇬🇧בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן🇬🇧
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 9:33 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 8:48 pm
images (2).png
דעלטא עירליינס האט געמאלדן אז זיי טוען שניידן זייער איינציגסטע Daytime Europe-Bound פלייט, דאס הייסט א פליגער וואס פארט קיין יוראפ אינמיטען טאג.

DL266 פארט ארויס פון JFK קיין פאריז CDG עירפארט; אום 815 יעדע אינדעפרי און לאנד אין פאריז 935 ארטיגע זייגער. אדער בעסער געזאגט 21:35.

די פלייט איז אנגעגאנגען זייט חודש אפריל 2024 למספרם.

די לעצטע 767-400ER פלייט ארויסצופארן אויף די רוט וועט זיין October דעים פינעף און צוואנציגסטע.

כהאב אביסעל באשריבן מייט רייזע מיט א בייטאג פלייט דא 🇬🇧בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן🇬🇧
אההה די באשעפער האט אונז נישט פארלאזט, ער האט אונז געשיקט @בריטיש עירוועיס , ער מאכט אזא גוטע ארבייט עס קומט זיך אים אזא 100 לייקס, רבותי לייקטס אים!
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
זייטיגע נאטיץ
אונז זענען אויף א ברעיק
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

Yiddish Travel האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 9:11 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 8:48 pm
images (2).png
דעלטא עירליינס האט געמאלדן אז זיי טוען שניידן זייער איינציגסטע Daytime Europe-Bound פלייט, דאס הייסט א פליגער וואס פארט קיין יוראפ אינמיטען טאג.

DL266 פארט ארויס פון JFK קיין פאריז CDG עירפארט; אום 815 יעדע אינדעפרי און לאנד אין פאריז 935 ארטיגע זייגער. אדער בעסער געזאגט 21:35.

די פלייט איז אנגעגאנגען זייט חודש אפריל 2024 למספרם.

די לעצטע 767-400ER פלייט ארויסצופארן אויף די רוט וועט זיין October דעים פינעף און צוואנציגסטע.

כהאב אביסעל באשריבן מייט רייזע מיט א בייטאג פלייט דא 🇬🇧בריטי'ס בליץ באזוך אין עיר הבירה לאנדאן🇬🇧
אההה די באשעפער האט אונז נישט פארלאזט, ער האט אונז געשיקט @בריטיש עירוועיס, ער מאכט אזא גוטע ארבייט עס קומט זיך אים אזא 100 לייקס, רבותי לייקטס אים!
א ישר כח פאר די כסדרדיגע קאמפלימענטען. דאס געט געז פאר די פליגער!
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

די ארטיקל דורכן מייסטער שרייבער (די ווארט איז צו ארים) @יחזקאל סגל לנדא איז אטעם פארכאפענד פאר יעדער וואס האט ליב טרעוול!!
5'טע חלק שוין ארויף!
viewtopic.php?p=5363226#p5363226
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
זייטיגע נאטיץ
אונז זענען אויף א ברעיק
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

אונזער געשמאקע פליען אויווען איז אויף סעיל היינט
https://amzn.to/4cSPV0b
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
זייטיגע נאטיץ
אונז זענען אויף א ברעיק
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

דער רוממה האט אונז פארלאזט? אזוי לאזען דער עולם אין דער ליפטען?
לאמעך זעהן וואס איך קען דא צאם קראצען
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

הער אויף שיקן דיינע 340 קיין אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

בילד


די סטאר אלייענס מיטגליד Lufthansa פלאנט צו רעטייערען אירע A340 ביי יארע 2028 למספרם.

ווי שוין געשריבען דא אויף דער וועלטעל איז דער A340 געווען א גרויסע דורכפאל צוליב דער 4 מאטאראן וואס ער פארמאגט.

Lufthansa האט דער מערסטע פון דער סארט פליגערס איבער אלע אנדערע עירליינס. האלב פון דעי שיקן זיי קיין אמעריקא.

Lufthansa האט 17 A340-300. די A340-300 פארט נאר פון פראנקפארט נישט פון מינכען.
דערנאך האבן זיי 10 A340-600.

ווי מען שטייט יעצט זענען 9 פון דער 10 פון פראנקפארט אין נאר איינס פון מינכען קיין טשיקאגא.

די איינע רוט איז אויך טעמפערערלי. דערנאך וועט אמעריקא נישט האבן קיין איין A340-600 פון מינכען.

פאר אונז אידן בלייבט נאר איבער צו באוויינען דער באליבטע A340-600 וואס האט געהאט א פיינעם הכנות שטיבל אינדערמיט פון דער ערעפלאן אויף אן אייגענעם שטאק.
בילד
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: הער אויף שיקן דיינע 340 קיין אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 6:19 pm
בילד


די סטאר אלייענס מיטגליד Lufthansa פלאנט צו רעטייערען אירע A340 ביי יארע 2028 למספרם.

ווי שוין געשריבען דא אויף דער וועלטעל איז דער A340 געווען א גרויסע דורכפאל צוליב דער 4 מאטאראן וואס ער פארמאגט.

Lufthansa האט דער מערסטע פון דער סארט פליגערס איבער אלע אנדערע עירליינס. האלב פון דעי שיקן זיי קיין אמעריקא.

Lufthansa האט 17 A340-300. די A340-300 פארט נאר פון פראנקפארט נישט פון מינכען.
דערנאך האבן זיי 10 A340-600.

ווי מען שטייט יעצט זענען 9 פון דער 10 פון פראנקפארט אין נאר איינס פון מינכען קיין טשיקאגא.

די איינע רוט איז אויך טעמפערערלי. דערנאך וועט אמעריקא נישט האבן קיין איין A340-600 פון מינכען.

פאר אונז אידן בלייבט נאר איבער צו באוויינען דער באליבטע A340-600 וואס האט געהאט א פיינעם הכנות שטיבל אינדערמיט פון דער ערעפלאן אויף אן אייגענעם שטאק.
בילד
אונז האבן געשריבן דא איבער דעם
viewtopic.php?p=5296143#p5296143
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
זייטיגע נאטיץ
אונז זענען אויף א ברעיק
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: הער אויף שיקן דיינע 340 קיין אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 6:19 pm
בילד


די סטאר אלייענס מיטגליד Lufthansa פלאנט צו רעטייערען אירע A340 ביי יארע 2028 למספרם.

ווי שוין געשריבען דא אויף דער וועלטעל איז דער A340 געווען א גרויסע דורכפאל צוליב דער 4 מאטאראן וואס ער פארמאגט.

Lufthansa האט דער מערסטע פון דער סארט פליגערס איבער אלע אנדערע עירליינס. האלב פון דעי שיקן זיי קיין אמעריקא.

Lufthansa האט 17 A340-300. די A340-300 פארט נאר פון פראנקפארט נישט פון מינכען.
דערנאך האבן זיי 10 A340-600.

ווי מען שטייט יעצט זענען 9 פון דער 10 פון פראנקפארט אין נאר איינס פון מינכען קיין טשיקאגא.

די איינע רוט איז אויך טעמפערערלי. דערנאך וועט אמעריקא נישט האבן קיין איין A340-600 פון מינכען.

פאר אונז אידן בלייבט נאר איבער צו באוויינען דער באליבטע A340-600 וואס האט געהאט א פיינעם הכנות שטיבל אינדערמיט פון דער ערעפלאן אויף אן אייגענעם שטאק.
בילד
יא, די בעיסמענט אין די A340 איז א געשמאקע פלאץ צו קופקען אן צו ווערן געשטערט דורך די מאנטשאפט יעדע 5 מינוט.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: הער אויף שיקן דיינע 340 קיין אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

Yiddish Travel האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 10:58 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 6:19 pm
בילד


די סטאר אלייענס מיטגליד Lufthansa פלאנט צו רעטייערען אירע A340 ביי יארע 2028 למספרם.

ווי שוין געשריבען דא אויף דער וועלטעל איז דער A340 געווען א גרויסע דורכפאל צוליב דער 4 מאטאראן וואס ער פארמאגט.

Lufthansa האט דער מערסטע פון דער סארט פליגערס איבער אלע אנדערע עירליינס. האלב פון דעי שיקן זיי קיין אמעריקא.

Lufthansa האט 17 A340-300. די A340-300 פארט נאר פון פראנקפארט נישט פון מינכען.
דערנאך האבן זיי 10 A340-600.

ווי מען שטייט יעצט זענען 9 פון דער 10 פון פראנקפארט אין נאר איינס פון מינכען קיין טשיקאגא.

די איינע רוט איז אויך טעמפערערלי. דערנאך וועט אמעריקא נישט האבן קיין איין A340-600 פון מינכען.

פאר אונז אידן בלייבט נאר איבער צו באוויינען דער באליבטע A340-600 וואס האט געהאט א פיינעם הכנות שטיבל אינדערמיט פון דער ערעפלאן אויף אן אייגענעם שטאק.
בילד
אונז האבן געשריבן דא איבער דעם
viewtopic.php?p=5296143#p5296143
😱
אינגאנצען פארגעסען
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

PREVIEW


Screenshot_20240909_200530_Chrome.jpg
Screenshot_20240909_200530_Chrome.jpg (251.97 KiB) געזען 858 מאל
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 8:06 pm
PREVIEW



Screenshot_20240909_200530_Chrome.jpg
די פולע באריכט וועט אי"ה ארויפגיין דא אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס ווען סוועט זיין גרייט.
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דעם פארגאנגענעם מוצש"ק בשעה 11:04 איז טונקל געווארן אויף די וועלט מיט די פטירה פון די צדיק הדור הכ"מ.
איך בין געזעצן אומעטיג אין א ווינקל פון מיין דיינונג רום. מיין האנט האט נאך געהאלטן דעם תהלים אין וועלכע איך האב געזאגט קאפיטלען די לעצטע האלבע שעה און ס'איז געבליבן ווי פארפרוירן אויף איין פלאץ פאר לאנגע מינוטן.
אויך מיין קאפ און הארץ האבן זיך געשפירט געפרוירן אויף א מאדנע וועג וואס איך קען נישט באשרייבן. נישט קיין טרערן, נישט קיין צער, נישט קיין ווייטאג. סתם. פארפרוירן.
און ס'איז נאך געפרוירן ביז יעצט.

מיין קאפ איז נאכנישט צוריק. איך צוואונג איר צו טוהן די קריטישע פליכטן, אבער אלעס אנדערש איז אויף האלד. פארגעס פון זיך מצמצם זיין אויף סיי וואס.
מיין הארץ ווייסט נישט וואס זי וויל. פון א פולקאמע פארטעמפטקייט ווען די בשורה איז אנגעקומען, ביז טייכן טרערן ביי די לויה און אלעס אינצווישן. אומסטאביל.
מיין הידרענאלין ארבעט. די אינסטינקט איז געווארן אנגעשטעלט אויף סורווייוועל מאוד און רוקט זאכן וואס דארפן גערוקט ווערן אפילו אז ס'איז שווער. אז מ'מוז מוז מען.

די פויזע וואס איך האב גענומען פון פאריגן מאנטאג, האט געדארפט דינען א געוויסע צוועק, ס'איז פארפאלן, מ'וועט מוזן צוריק קומען א אנדערעס מאל דערצו.
אויך מיין צוריק-קער וועלכע האט געזאלט מיטברענגען עפעס א המשך פון א ארטיקל פאר אייוועלט לכבוד די 500סטע תגובה, בלייבט דארט וואו ס'איז.

אבער מ'קען נישט בלייבן שטיין, ווייל נישט דאס וואלט די רבי געפאדערט אין אזא פאל. כאשר שמענו זיין הייליגע הוראה בכמה פארפלאנטערטע ענינים וואו ער האט שטארק געשטופט צו גיין פאראויס מיט א טעמפא, טראצדעם וואס ס'איז געקומען אויפן חשבון פון מוותר זיין אויפן רייניגן סייד-אפעקטס.
אלעס וואס איז געבליבן שטיין צוליב די שאק, מוז מען צוריק ברענגען, ולא עוד אלא אז מ'מוז מוסיף זיין מיט מער בכמות ובאיכות צו ערפילן די חלל וואס האט זיך געשאפן אויף די וועלט.
די התאחדות אברכים גבאי זוכט שוין א פרישע חברותא פאר רוממה, מטבע האט שוין אנגעהויבן פארטיילן פרישע צדקות לויט זיינע אנווייזונגען, און א טיימליין אויפצוגעבן א טעכנעלאגישע באקוועמליכקייט ווערט אימפלעמענטירט מיט די ארומיגע וועמען ס'קען אפעקטירן.
זיי ווייסן נישט אז ער מורמלט זיך אונטער עפעס א לעילוי נשמת בשעת'ן מסדר זיין די ענינים, אבער וועם גייט עס אן, דער אייבערשטער ווייסט.

אלזא, טייערע ברודער. פאר קיין לאנגע זאכן איז די קאפ פשוט נישט דא, עזבני כחי ואור עיני גם הם אין אתי. עטליכע פראבעס צו ברענגען אביסל קאאפעראציע צווישן די מח קנייטשן און די קיבארד סטראוקס האבן צוריקגעברענגט זערא רעזאלטס. קיין לאנגע ארטיקלעך וועל איך מסתם נישט קענען שרייבן פאר א וויילע, אבער איך פיל אז כדי זיך זעלבסט צוריק ארויפצושליידערן אויף די רעלסן מיט קראפט, מוז איך זיך אומקערן צו אלע געווענליכע פונקציעס פונקט ווי בעפאר, ובתוכם אויך - ווי מאדנע ס'פילט זיך - די אוויאציע נייעס באריכטן. און האפנטליך וועט די אינעווייניגסטע חלל זיך שפירן אנגעפילט דורכדעם וואס די ארומיגע שאלאכץ וועט שוין זיין צוריק אין די געהעריגע פארעם.

ואין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים.
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

צוויי דעלטא פליגער געקומען אין בארירומג אין אטלאנטע עירפארט
ערנסטע שאדנס אבער נישט קיין פארוואונדעטע

א דעלטא A350 מיט 221 פאסאנדזשירן אויפן וועג קיין טאקיא האט געמיינט אז די וויידל פון א דעלטא CRJ ווארט פשוט אויף א היטש, האט ער עס פראבירט צו געבן א כאפ מיט מיט זיין פליגל, בשעת taxiing צום ראנוועי אין אטלאנטע עירפארט.
די CRJ900 איז אומפארהאפט באשאנקען געווארן מיט די שנהי' לראש ולא לזנב סטאטוס, זיך טרעפנדיג אין די רוישיגע עירפארט עקלאז, אינדערצייט וואס זי האט אומשולדיגערהייט פראבירט צו פירן 56 פאסאנדזשירן קיין לואיזיאנע.
די נעכטיגע אינצידענט האט שטארק אלארמירט די אויטאריטעטן, ווייל ס'זענען שוין געווען א שיינע צאל כמעט'ס אויף טעקסי-וועגן און ראנוועיס די לעצטערע חדשים, אבער א פליגער מיט אזעלכע השגות צו בורר זיין א חלק יפה און נעמען דוקא א חתיכה הראויה להתכבד מן האליה, דאס איז שוין געווען א שטארקע חידוש און א אפגרעיד פון די ביז יעצטיגע קליינע קראצערייען וואס האבן זיך אפגעשפילט.
אלע פאסאנדזשירן זענען ארויס אומבאשעדיגט, הגם אז ס'איז מסתבר צו זאגן אז די וואס באקומען שנעל "טשילס" זענען מסתם ארויס היפש צושוידערט נאך דעם הויכן קראץ...
ביידע פליגערס זענען געווארן אריינגעפירט צו די דעלטא הענגערס פאר ריפעירס, אטלאנטע איז דעלטא'ס גרעסטע "האב" און זיי זענען אויסגערישט מיט אלע פעסילעטיס פאר ריפעירס, דעריבער איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו אזא אינצידענט זאל געשעהן.

ווייסן מיר שוין וואו די הוה אמינא פון שחיטה ביים וויידל "ואימא מזנבו" איז אנגענומען געווארן להלכה...


דא האט איר א קורצע ווידיאו , און ווער ס'קוקט נישט קיין ווידיאו קען קוקן די בייגעלייגטע בילדער

dlatl.jpg
dlatl.jpg (190.71 KiB) געזען 298 מאל
view.jpg
view.jpg (202.76 KiB) געזען 298 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

הויכע סאוטוועסט עקזעקיוטיוו וועט רעטייערן פרי צוליב אינוועסטאר פרעשור
די CEO בלייבט אבער יא אויף זיין פאזיציע

די עקזעקיוטיוו טשעירמאן פון סאוטוועסט, מר. גערי קעלי, האט געמאלדן אז ער וועט אפטרעטן פון זיין פאזיציע נאך וואס א אינוועסטאר גרופע רופט שוין פאר א הויכראנגיגע אויפשאקלונג די לעצטע פאר חדשים.
די עליאטט גרופע האט זיך ארומגעשלאגן מיט די עירליין פארלאנגנדיג ערנסטע טוישונגען זייט זיי זענען אריינגעקומען מיטן אפקויפן א גרויסע פראצענט פון די שעירס אין די קאמפאני, די באורד פון סאוטוועסט האט צוריקגעשלאגן מיטן איינפירן פארשידענע צוימונגען אויף די גרופע'ס איינפלוס, דורכן נעמען שריט וואס זענען באקאנט אין די ביזנעס וועלט אלס "Poison Pill".
די גרופע וואלט זייער געוואלט זעהן Bob Jordan - די לופטליניעס CEO - אפטרעטן פון אמט, אבער ס'איז זיי נישט געלונגען עס אויסצופירן דערווייל.
אזויפיל האבן זיי יא באוויזן, אז די טשעירמאן - וועלכע איז אויך פון די העכסטע בענקלעך אינעם הויפטקוואטיר - האט געמאלדן א פריע רעטייערמענט און ער וועט פארלאזן די קאמפאני ענדע יאר 2025

SW.jpg
SW.jpg (300.96 KiB) געזען 266 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

בעלוגע באזוכט אייראפע
די גיגאנטישע איקאנישע קוריאזע עירבאס "בעלוגע" האט געמאכט צוויי וויזיטס קיין אייראפע די לעצטערע טעג, איין געפלאנטע און איין אומגעפלאנטע.

די ריזיגע פליעדיגע פייגל - אדער אפשר פיש - איז א איבערגעמאכטע ווערסיע פון די A330 וואס עירבאס נוצט צו טראנספארטירן טיילן פון זייערע ווייד-באדיס אינערהאלב זייער אייגענע נעטווארק פון פאבריקן. זעלטן וואס מ'זעהט דעם פעטן-פישל פליען ערגעץ אנדערש אויסער פון איין עירבאס לופטעלד צום צווייטן.
אבער בריטיש עירוועיס האט געהאט אין היטראו א געשעדיגטן A350 וואס האט געדארפט א part וואס האט נישט געהאט קיין פלאץ אין קיין שום UPS טראק, האט מען בלית ברירה געמוזט נעמען שיפינג דורך עירבאס גופא. געבנדיג פאר די יוקעי'אישע א געלעגנהייט צו זינגען צהלי ורוני כי גדול בקרבך...

א צווייטע וויזיט איז אין אמסטערדאם Schiphol, וואו איינע פון די 6 בעלוגעס האבן געמאכט נעכטן א עמערדזשענסי לאנדונג, זייענדיג אונטערוועגנס פון איין עירבאס עירפארט צום צווייטן.
איך זעה נישט אין די נייעס אויב די בעלוגע איז שוין אוועקגעפארן פון דארט, ס'קען זיין אז זי זיצט נאך אין אמסטערדאם אינדערצייט וואס איך שרייב די שורות.

בעלוגע.jpg
בעלוגע.jpg (203.37 KiB) געזען 220 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”