א חורבן אין שטעטל - כ"א ליחיד בדורו
בס"ד
אין א שטאט גאר איידל און שיין
דארט האב איך אמאל געוואוינט
זי האט ביי אלע איינוואוינער חן
מיר האבן געשפירט ווי באלוינט
רואיגע געשמאקע אַנגענעמע גאַסן
גוט ארויסצוגיין און כאפן א שפאציר
איבעראל איז העכסט שטיל און געלאַסן
מיט ווייניג שכנים, בלויז דריי צו פיר
נישט געדארפט טראגן קיין דאגה
פון טרעפן פּאַרקינג פאר די קאַר
ס'איז ביי קיינעם נישט קיין פראגע
ווייל ווי אימער מ'קוקט איז ליידיג ביי-פאַר
קיין טרעפיק איז דארט קיינמאל געווען
אז ארום פארן איז א מחי' ביז גאָר
צום אנדערן עק שטאט זיך שנעל געזען
נישט געטראכט קיין צוויי איידער איך פאָר
א היימישע מצב ווי איין משפחה
געלעבט אויף אלע באקן פריש
יעדער גריסט יעדעם כהלכה
ס'קומט אזא שטאט א גוטן קיש
********
יעדע גוטע זאך האט אבער א סוף
אויך מיין שטאט האט א חורבן געטראפן
אוי ווי איך טוה נאכאלץ וויינען דערויף
ס'האט נישט געהאלפן מיין האָפן
אין בלויז איין וואך האט דאס פאסירט
דער שטאט אריין אין א כאאס א שווערן
אזוי שנעל אראפ פון די רעלסן געפירט
דאס מנוחה געטון פון אונז פארשטערן
וויאזוי קען דאס זיין אז אין געציילטע טעג
האבן אהער אימיגרירט טויזענטער נְפַשׁוׂת
ווער האט זיי דען געוויזן אהער דעם וועג?
איך וויל די אימיגראנטן פרעגן אפאר קשיות
אויב איז אייך גוט געווען אויף די בערג הויעך
פארוואס זענט איר דארט נישט געבליבן?
אויב דארט איר שעפט איר אזויפיל כוח
ווער האט אייך דען פון דארט פארטריבן?
אויב געפעלט אייך אזוי שטארק די גראָז
דאן וואס זוכט איר דא אין מאַצקע דערינען*?
פארוואס שטעקט איר אהער אריין די נאז
איר וועט דא קיין סאך ביימער נישט געפונען
אצינד ברודער'ל הער, האָ אַר יאָ קידינג?
אז פאר צוויי אהאלב חדשים איז עס גוט
אבער חלילה דארט זיין שוין פון פרולינג
אדער בלייבן לענגער נאך אפאר מינוט
איך ווייס אז עכט האסטו עס זייער ליב
נו ווארט נישט מער דא אויף קיינעם
זיץ נישט מער אינעם שטאטישן גרוב
נאר פאר צוריק צום נאטור דעם ריינעם
אויב דיינע קינדער דארף קאנטרי צום לעבן
און דיין שטוב וויל דא בשום אופן נישט זיין
דאן פארוואס זאלסטו פאר זיי נישט נאכגעבן
א גאנצ-יעריגן פארגעניגן, מיטן קאנטרי בּאַן
באזעץ דיך דארט לטובת דיין "שלא עשני...**"
און מיר אלע דא וועלן מאכן א "ברוך שפטרני..."
וועלקאם בעק קאנטרי אידן!
*אן אויסדרוק פון די באבע'ס
**כוונתי כמובן להברכה הרביעית בברכת השחר איך ווייס אז דו האסט גלייך אזוי פארשטאנען, אבער איך האב עס געשריבן פאר מענטשן וואס זענען נישט אזוי קלוג ווי דיר...
א חורבן אין שטעטל
ספעציעל געשריבן לכבוד מיין איין אין צוואנציג'סטע תגובה, ועיין בספרים הקדושים אודות גודל מעלת הכ"א, ולכן נקבע יום כ"א ליום גדול, ומרומז בפסוק כ"א אמר השם, ואכהמ"ל
אין א שטאט גאר איידל און שיין
דארט האב איך אמאל געוואוינט
זי האט ביי אלע איינוואוינער חן
מיר האבן געשפירט ווי באלוינט
רואיגע געשמאקע אַנגענעמע גאַסן
גוט ארויסצוגיין און כאפן א שפאציר
איבעראל איז העכסט שטיל און געלאַסן
מיט ווייניג שכנים, בלויז דריי צו פיר
נישט געדארפט טראגן קיין דאגה
פון טרעפן פּאַרקינג פאר די קאַר
ס'איז ביי קיינעם נישט קיין פראגע
ווייל ווי אימער מ'קוקט איז ליידיג ביי-פאַר
קיין טרעפיק איז דארט קיינמאל געווען
אז ארום פארן איז א מחי' ביז גאָר
צום אנדערן עק שטאט זיך שנעל געזען
נישט געטראכט קיין צוויי איידער איך פאָר
א היימישע מצב ווי איין משפחה
געלעבט אויף אלע באקן פריש
יעדער גריסט יעדעם כהלכה
ס'קומט אזא שטאט א גוטן קיש
********
יעדע גוטע זאך האט אבער א סוף
אויך מיין שטאט האט א חורבן געטראפן
אוי ווי איך טוה נאכאלץ וויינען דערויף
ס'האט נישט געהאלפן מיין האָפן
אין בלויז איין וואך האט דאס פאסירט
דער שטאט אריין אין א כאאס א שווערן
אזוי שנעל אראפ פון די רעלסן געפירט
דאס מנוחה געטון פון אונז פארשטערן
וויאזוי קען דאס זיין אז אין געציילטע טעג
האבן אהער אימיגרירט טויזענטער נְפַשׁוׂת
ווער האט זיי דען געוויזן אהער דעם וועג?
איך וויל די אימיגראנטן פרעגן אפאר קשיות
אויב איז אייך גוט געווען אויף די בערג הויעך
פארוואס זענט איר דארט נישט געבליבן?
אויב דארט איר שעפט איר אזויפיל כוח
ווער האט אייך דען פון דארט פארטריבן?
אויב געפעלט אייך אזוי שטארק די גראָז
דאן וואס זוכט איר דא אין מאַצקע דערינען*?
פארוואס שטעקט איר אהער אריין די נאז
איר וועט דא קיין סאך ביימער נישט געפונען
אצינד ברודער'ל הער, האָ אַר יאָ קידינג?
אז פאר צוויי אהאלב חדשים איז עס גוט
אבער חלילה דארט זיין שוין פון פרולינג
אדער בלייבן לענגער נאך אפאר מינוט
איך ווייס אז עכט האסטו עס זייער ליב
נו ווארט נישט מער דא אויף קיינעם
זיץ נישט מער אינעם שטאטישן גרוב
נאר פאר צוריק צום נאטור דעם ריינעם
אויב דיינע קינדער דארף קאנטרי צום לעבן
און דיין שטוב וויל דא בשום אופן נישט זיין
דאן פארוואס זאלסטו פאר זיי נישט נאכגעבן
א גאנצ-יעריגן פארגעניגן, מיטן קאנטרי בּאַן
באזעץ דיך דארט לטובת דיין "שלא עשני...**"
און מיר אלע דא וועלן מאכן א "ברוך שפטרני..."
וועלקאם בעק קאנטרי אידן!
*אן אויסדרוק פון די באבע'ס
**כוונתי כמובן להברכה הרביעית בברכת השחר איך ווייס אז דו האסט גלייך אזוי פארשטאנען, אבער איך האב עס געשריבן פאר מענטשן וואס זענען נישט אזוי קלוג ווי דיר...
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא לְבַדּוֹ הוּא, הַמַּמְלִיךְ מְלָכִים וְלוֹ הַמְּלוּכָה!