Re: בוני עולם יערליכע קאמפיין מאנטאג- דינסטאג עקב תשפ"ד
יא ליידער, איך האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען די געדאנק אז א טאטע מאמע איז יעדער געבוירן מיט, און אז מ'האט נאך די זכי' זיי צו מכבד זיין איז עס א מוראדיגע זאך.קליינע גרויסער האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 3:51 pmפון אזא באגריף 'יתום' האסטו שוין געהערט?אפגערעדט האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 3:45 pmאמת, זייער א גוטע ליין פאר די דרשה זעלבסט, אבער וואס מיר המון עם קענען ארויסנעמען פון די דרשה איז איין זאך.
טראכטן פון טאטע מאמע!
ווי ר' יואל האט געזאגט: וועם גייט אן מיין אריכות ימים? וועם גייט אן אז איך בין נישט געזונט...
טייערע אידן, א טאטע מאמע האט יעדער איינער באקומען ברוך השם (צו לאנגע געזונטע יארן), יעדער אן קיין אויסנאם האט עס, און זיי זיי זענען דעי וואס קוקן ארויס אויף אונז קינדער, זיי דארפן אונז, קוק ווי א אינגערמאן שרייעט און ווייינט אויף זיין עתיד, ס'איז ביטער צו טראכטן, נעם דיר די מיה און הייב אן טון אביסל פאר דיין טאטע מאמע, זא זיי מכבד, העלף זיי, ווייז זיי ארויס אז זיי זענען חשוב ביי דיר, ווייז זיי ארויס אז ס'האט זיך זיי געלוינט זיך צו מוטשענען מיט דיר און דיר אראפברענגען אויף די וועלט און דיך מגדל זיין, און דעס וועט זיין א געוואלדיגע זכות פאר ר' יואל אז ער זאל אויך בקרוב זוכה זיין צו דעם!
דא האסטו א לינק פון די מוראדיגע ווערטער פון רבי יואל
(איין מינוט לאנג)
https://drive.google.com/file/d/13mzgtK ... p=drivesdk
און אויב קומט דיר אן די מצוה שווער מחמת איזה סיבה שלא יהי' (והבן) געדענק פון די ווערטל פון די וואכעדיגע סדרה, עקב ראשי תיבות ק'יבוד ע'ב ב'אם, איי ס'שטימט נישט? אבער א טאטע מאמע דארף מען מכבד זיין אפילו ווען ס'שטימט נישט....
ואין הכי נמי, יתומים ליידער זענען לעכציג צו מכבד זיין זייערע פארלוירענע, והקב"ה ירחם עליהם.