עצה פאר גרינע בארד
עס איז באקאנט א ווארט, איך געדענק נישט בשם וועלכע צדיק אדער צדיקים, אויפן פסוק סוף פ' שמות "תבן אין נתן לעבדיך ולבנים אומים לנו עשו" קיין שכל (מלשון תבונה) האסטו הייליגע באשעפער טאקע נישט געגעבן פאר דיינע קנעכט, ווייל ס'איז נכנס בו רוח שטות און ער האט געזינדיגט, אבער לבנים די ווייסע האר אין די בארד, אומרים לנו עשו זאגן אונז אז מ'דארף תשובה טוהן.
מיר קומען שוין ב"ה אין די יארן וואס די בארד און פיאות הייבן אן טוישן קאלירן אבער לדאבונינו אנשטאט צו באקומען א שיינע ווייסע קאליר באקומט עס עפעס א גרינליך ווייסע קאליר, עטליכע אידן האבן מיר שוין געזאגט אז דאס קומט פון די קלארין פון די מקוה אבער איך האב שוין צוויי מאל געטוישט מקואות ועדיין לא נושענו, ווי אויך וואונדער איך זיך אויב איז עס טאקע די קלארין וואס מאכט דאס א"כ פארוואס בין איך דער איינציגסטער צו וועהם דאס פאסירט איך בין דאך נישט דער איינציגסטער גרויער איד וואס טובל'ט זיך אין מקוה.
איך וואלט זייער דאנקבאר געוועהן אויב חברים דא האבן עפעס עצות מיט צו טיילן אויף דעם ייש"כ פון פאראויס.

זה הקטן גדול יהי'