ער שטייט אין פאליש און וויינט ביטערליך... לאמיר מיטוויינען!!
#לאור די לעצטיגע טרענד, צו ברענגען 'פאזעטיווע' מאמרים: ברענג איך אייך דא א 'וויינעדיגע' ארטיקל.
היינט צופרי: איך לויף ארויס פון מקווה, (אה, נאך א מקווה ארטיקל?! גיוו מי עי ברעיק! ווארט א מינוט...), ארויף די סטעפס לייגן טלית ותפלין צו קענען כאפן די 8:00 מנין... אנקומענדיג אין פאליש זע איך א אינגערמאן שטייט ביים ווינקעל און וויינט... ניין, נישט וויינט - כליפעט...
איך גיי צו נענטער און באמערט אז ס'איז יענקל, מיין נאנטע חבר... וואס גייט פאר מיט יענקל?! פרנסה?! ס'פעלט אים נישט ברוך ה'... קינדער?! א טראק מיט קינדער...
איך גים אים א איידעלן קלאפ אין רוקן, שעפשענדיג 'יענקל'... אבער אין קול ואין עונה.... דער בחור אינישדא... ווארט איך צו עטליכע מינוט ער זאל זיך בארואיגן... נאך אפאר לאנגע מינוטן, דרייט ער זיך ארום מיט רויטע אויגן און א קליין שמייכעלע אויפן ליפן...
איז אלעס אקעי?! פרעג איך אים שטילערהייט, אז קיינער זאל נישט באמערקן...
יא! אלעס איז פערפעק"ט, ברוך השם... דאונט ווארי... איך האב פשוט יעצט געזאגט ברכת התורה, און ביי "ונהיה אנחנו וצאצאנו" איז מיר ארויפגעשווימען אין קאפ - מיין יששכר, וואס הייבט אן ישיבה היינט, מיין שמולי וואס גייט אריין אין כתה ה', מיין יוסל, וואס גייט אריין אין כתה א', און טראכטענדיג וויפיל סייעתא דשמייא יעדער דארף אין זיין מצב און מדריגה -
יששכר: זאל האבן גוטע חברותות, א גוטע פלאץ ביים שיעור, חן בעיני המשגיח, קאנפידענס צווישן זיינע חברים, וואוילע חברים, התמדת התורה, יראת שמים....
שמולי: זאל אויפכאפן די כללי הגמרא, זיין געזונטע לעבעדיגקייט זאל נישט ארויסנעמען די מלמד פון די כלים, יראת שמים, גוטע מידות, ערליכע חברים...
יוסל: זאל אויפכאפן די עברי גרינג, אויסנוצן זיינע כוחות הנפש צום גוטן, נישט טשעפענען חברים, זיין באליבט ביי די מלמד, הייליגע מידות...
וויאזוי זאל איך נישט וויינען?!?! וויאזוי "קען" איך נישט זיך ציוויינען?! פרעגט מיר יענקל צוריק.... איך שטיי דארט געפלעפט... א טאטע'אישע הארץ! א אידיש הארץ! קיין וואונדער ער האט אזאנע געביגלטע קינדער, איינס ביי איינס...
#טייערע אינגערמאן: לאז אויס א הייסע תפילה, פאר די הצלחה פון דיינע טייערע פקדונות.... און אויב גייט אלעס גוט - איז הערשט יעצט די צייט צו דאווענען, ס'זאל בלייבן גוט, און ווערן נאך בעסער... קיין טרער/תפילה גייט נישט לאיבוד....
און לאמיר אלע זוכה זיין צו זען הייליג אידיש נחת ביי די קינדערלעך, בביאגואצבב"א.

זייטיגע נאטיץ