ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

אלעס איבער א נסיעה קיין ארץ ישראל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
smarter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:06 pm

ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך smarter »

אויב איינער וויסט פון ביליגע(רע) טיקעטס קיין א"י זאל דא מעלדן יישר כח
Kahaus5
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 1:02 pm

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kahaus5 »

smarter האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:59 pm
אויב איינער וויסט פון ביליגע(רע) טיקעטס קיין א"י זאל דא מעלדן יישר כח
איך גלייב אז נאר מיט א סטאפ קען מען יעצט טרעפן פאר פרייזן וואס מ׳קען טראכטן פון באצאלן..
Robinhood just announced there credit card which will be a 3% cashback card for all categories.
Here's my link so you can get access too
. https://robinhood.com/creditcard?referral_code=748dc309 ]
אוועטאר
smarter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 2:06 pm

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך smarter »

איך זע אז מיט לופטאנזא איז יעצט דא טיקעטס פאר בערך 1300 מיט א שעה סטאפ אין ציריך

גאר ביליג פאר די יעצטיגע תקופה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
relSMART
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2015 8:07 pm

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך relSMART »

smarter האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 10:49 pm

אין צוריך איז דא וואס מורא צו האבן מיט א 1 שעה סטאפ.... ווענדט זיך אסאך ווי די קאנעקטינג פלייט פאר ארויס, וועלכע טערמינעל.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7329
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ציריך איז פון די בעסטע עירפארטס פאר אן איין-שעה סטאפ, גאנץ א קליינע עירפארט רעלאטיוו.

בד"וו, שוין דא אזא אשכול:
viewtopic.php?t=71046
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

smarter האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 10:49 pm
איך זע אז מיט לופטאנזא איז יעצט דא טיקעטס פאר בערך 1300 מיט א שעה סטאפ אין ציריך

גאר ביליג פאר די יעצטיגע תקופה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נישט איבער 1,500? (גראדע אויך ביליג יעצט)
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
פורים קטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

אויב די עירליין פארקויפט אזא קאנעקטינג טיקעט, מיינט עס אז זיי האלטן אז מ'קען עס מאכן, און טאמער נישט זענען זיי פאראנטווארטליך.
relSMART
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2015 8:07 pm

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך relSMART »

ווישוואש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:23 pm
ציריך איז פון די בעסטע עירפארטס פאר אן איין-שעה סטאפ, גאנץ א קליינע עירפארט רעלאטיוו.
איך רעד פון א בדידי הווה עובדא, אויב דארפסטו טוישן טערמינעל מיט די שנעלע טרעין, אויב דיין פליגער קען
לאנדען פאר 6:00am קען עס ווערן דילעיד, (אינטערסאנטע מעשה)
פורים קטן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:25 pm
אויב די עירליין פארקויפט אזא קאנעקטינג טיקעט, מיינט עס אז זיי האלטן אז מ'קען עס מאכן, און טאמער נישט זענען זיי פאראנטווארטליך.
אמת די עירליין איז פאראנטווארטליך און וועט דיר ארויף לייגן אויף די נעקסטע פליגער, אבער גוט צו וויסן.
שווער שווער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:47 pm

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווער שווער »

relSMART האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:41 pm
ווישוואש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:23 pm
ציריך איז פון די בעסטע עירפארטס פאר אן איין-שעה סטאפ, גאנץ א קליינע עירפארט רעלאטיוו.
איך רעד פון א בדידי הווה עובדא, אויב דארפסטו טוישן טערמינעל מיט די שנעלע טרעין, אויב דיין פליגער קען
לאנדען פאר 6:00am קען עס ווערן דילעיד, (אינטערסאנטע מעשה)
פורים קטן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:25 pm
אויב די עירליין פארקויפט אזא קאנעקטינג טיקעט, מיינט עס אז זיי האלטן אז מ'קען עס מאכן, און טאמער נישט זענען זיי פאראנטווארטליך.
אמת די עירליין איז פאראנטווארטליך און וועט דיר ארויף לייגן אויף די נעקסטע פליגער, אבער גוט צו וויסן.
אויב זיי פארקויפען די טיקעט מיינט אז זיי האלטן אז מען קען עס כאפן אויב פארפאסט מען עס ווענד זיך עס אינעם טיקעט אגענט אויב זיי וועלן ארויפלייגן אויף די נעקסטע פלייט בחינם
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

relSMART האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:10 pm
smarter האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 10:49 pm
איך זע אז מיט לופטאנזא איז יעצט דא טיקעטס פאר בערך 1300 מיט א שעה סטאפ אין ציריך

גאר ביליג פאר די יעצטיגע תקופה!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אין צוריך איז דא וואס מורא צו האבן מיט א 1 שעה סטאפ.... ווענדט זיך אסאך ווי די קאנעקטינג פלייט פאר ארויס, וועלכע טערמינעל.
גראדע נישט, איך בין שוין געפארן מיט א פערציג מינוטיגע סטאפ אין ציריך.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9337
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: ביליגע טיקטס קיין ארץ ישראל אויף תשרי און אגאנץ יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

פורים קטן האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:25 pm
אויב די עירליין פארקויפט אזא קאנעקטינג טיקעט, מיינט עס אז זיי האלטן אז מ'קען עס מאכן, און טאמער נישט זענען זיי פאראנטווארטליך.
די שאלה איז נאר ווען די נעקסטע פליגער איז.. אויב קויפט מען אזא טיקעט מיט א קורצע סטאפ איז גוט צו קוקן אויב איז דא נאך א פליגער יענע טאג, נאך די צווייטע פלייט וואס מ'דארף כאפן.

למשל אויב פארט מען ארויס פון ניו יארק מיט פליגער #1 וואס קומט אן קיין ציריך 6'ע פארטאגס. און דערנאך קאנעקט מען ווייטער פון ציריך מיט פליגער #2 וואס פארט ארויס א שעה נאכדעם אום 7'ע קיין תל אביב. זאל מען מאכן זיכער אז נאך פליגער #2 איז נאך פארהאן נאך א פלייט שפעטער אין טאג "מיט די זעלבע עירליין" פון ציריך קיין תל אביב. אזוי אז אויב מאכט זיך אז פליגער #1 קומט אן שפעט קיין ציריך ווען מ'קען שוין נישט כאפן פליגער #2 אום 7 אזייגער, זאל מען נאך אלץ האבן אן אנדערע פלייט עטליכע שעה דערויף קיין ארץ ישראל.

און פארשטייט זיך זאל מען קיינמאל בוקן אזא קורצע קאנעקטינג פלייט אויב די צייט - אפי' פון די צווייטע בדיעבד'יגע פלייט - קען חלילה ווערן צו ענג אנצוקומען גענוג אין צייט פאר שבת אדער יו"ט.
---
שרייב תגובה

צוריק צו “ארץ ישראל”