שופטים - זיי שוין אביסל תמימות'דיג!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

שופטים - זיי שוין אביסל תמימות'דיג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

אין פרשת שופטים איז פארהאן א ציווי און א מצוה וואס שטייט אין פסוק (י"ח י"ג) "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", א איד דארף זיין גאנץ און ערליך מיט'ן אייבישטער."ד

וואס באדייט די ווארט 'תָּמִים' און וואס איז עס כולל אין זיך? געפונען מיר צוויי פשטים דא אויפן אָרט. רש"י הק' זי"ע איז מפרש דעם פסוק מיט זיין הייליגע שפראך: הִתְהַלֵּךְ עִמּוֹ בִּתְמִימוּת וּתְצַפֶּה לוֹ, וְלֹא תַחֲקֹור אַחַר הָעֲתִידוֹת, אֶלָּא כָּל מַה שֶׁיָּבֹא עָלֶיךָ קַבֵּל בִּתְמִימוּת, וְאָז תִּהְיֶה עִמּוֹ וּלְחֶלְקוֹ. די תורה באפעלט פארן איד אז ער זאל זיך פירן בתמימות, פארלאז זיך אויף השי"ת און האָף צו איהם, זיי נישט פארנומען צו פאָרשן און חוקר זיין וואס וועט זיין מיט דיר אין די צוקונפט, נאר לייג דיך אריין אין די הענט פונעם רבונו של עולם, און וואס ער טוט מיט דיר זיי מקבל, און דאס וועט דיר ברענגן נאנט צום אייבישטער און צו זיין דָבוק אין איהם, דו וועסט זיין "עִם ה' אֱלֹקֶיךָ".

אין תרגום אונקלוס שטייט אן אנדערע פשט, אז די ווארט 'תָּמִים' באדייט גאנץ, א ענין פון שלימות, און ווי דער תרגום זאגט, "שְׁלִים תְּהֵי בְּדַחַלְתָּא דַּה' אֶלָקָךָ" דו זאלסט זיין גאנץ מיט דיין יראת שמים.

לאמיר זיך אפשטעלן און עטוואס מעיין זיין אין די צוויי פירושים. צום ערשט, וואס איז די כוונה פון רש"י "ולא תחקור אחר העתידות" אז א איד טאר נישט חוקר זיין וואס וועט פאסירן אין די צוקונפט? אדרבה, מיר ווייסן דאָך וואס די משנה זאגט אין מסכת אבות (פרק ב' משנה ט') אז רבי יוחנן בן זכאי האט געהייסן פאר זיינע תלמידים, צְאוּ וּרְאוּ אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם, וואס איז די גלייכע וועג אין וועלכע א מענטש זאל זיך מדבק זיין און באהעפטן דערין, און די תנאים זענען צוריקגעקומען יעדער מיט זיין אייגענע תשובה, "רַבִּי שִׁמְעוֹן אוֹמֵר, הָרוֹאֶה
אֶת הַנּוֹלָד", דער תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי האלט אז דאס איז די 'דרך ישרה' פון א איד צו זיין שטענדיג א רואה את הנולד.

די זעלבע לשון געפונען מיר אין גמרא מסכת תמיד (דף ל"ב.) אז דער קעניג אלכסנדר מוקדון האט געפרעגט פון די חכמי ישראל, ווער איז דער מענטש וואס ווערט אנגערופן א חכם? "אמרו ליה איזהו חכם הרואה את הנולד", א קלוגע מענטש איז דער וואס קלערט אויף פאָראויס און ער פארשטייט וואס גייט זיין. [ווי דער מפרש אויף מסכת תמיד שרייבט אויף הרואה את הנולד - המבין מלבו מה שעתיד להיות, קורות שעתידים לבא, ונזהר מהן. א מענטש דארף צולייגן קאפ און פארשטיין לויט די אומשטענדן וואס וועט פאסירן מארגן, און אזוי וועט ער וויסן פון וואס זיך צו היטן].

על כל פנים זעען מיר דאָך אז חוקר זיין נאך די עתידות איז א גוטע זאך, אויב אזוי פארוואס לערנט רש"י אז אין די מצוה פון תמים תהיה איז אויך נכלל "לא תחקור אחר העתידות"?
און אויפן פשט פונעם תרגום איז שווער, וויאזוי איז מעגליך אז די תורה פאדערט דא שלימות פונעם מענטש, שְׁלִים תְּהֵי, מיר ווייסן אז אויף די וועלט איז נישט פארהאן קיין שלימות. די עבודה פון א מענטש ציעט זיך במשך זיין גאנצע לעבן, מען ווערט קיינמאל נישט פארטיג, בעסער האט דאָך נישט קיין שיעור און מ'קען אלעמאל זיין א מוסיף והולך. אויב אזוי וואס באדייט די ציווי פון 'תמים' תהיה, קען מען דען אנקומען צום תכלית השלימות, ס'איז לכאורה א זאך וואס איז אינגאנצן נישט מעגליך.

ועל כולם איז כדאי אנצומערקן אן אינטערסאנטע נקודה, אז די מצוה פון תמים תהיה ווערט נישט אויסגערעכנט צווישן די תרי"ג מצוות. סיי דער רמב"ם און סיי דער ספר החינוך, דערמאנען נישט תמים תהיה אין די סדר ומנין המצוות. פארוואס טאקע נישט?

די צובראכנקייט וואס האט געשטערט
איידער מיר וועלן מרחיב זיין אין דעם ענין בסייעתא דשמיא, לאמיר אנפאנגן מיט א סיפור וואס ווערט דערציילט:
געווען איז אמאל א גאלדשמיד וועלכער איז באשאנקן געווארן מיט וואונדערליכע טאלאנטן, יעדע שטיקל צירונג אדער כלי וואס איז נאר אדורכגעגאנגען זיינע הענט איז ארויסגעקומען ממש א מייסטער-ווערק, מיט א זעלטענע חן און שיינקייט וואס איז געווען צום באוואונדערן.

ויהי היום און אונזער גאלדשמידט האט געארבעט אויף א שיינע גרויסע גאלדענע שיסל, אין וואס ער האט משקיע געווען צייט און כוח, ער האט דאס באצירט מיט טייערע שטיינער און דיאמאנטן. אבער ערגעצוואו אין די לעצטע שטאפלען פון זיין ארבעט, ווען ער האט שוין געהאלטן כמעט ביים פארענדיגן די שיינע כלי וואס וואלט געדארפט זיין א כלילת יופי, בשעת'ן האקן מיט זיין ספעציעלע האַמערל אויסצוגלייכן די גאלד, האט ער זיך בטעות פאררעכנט, דאס האמער האט געגעבן א שטארקע גליטש פון פלאץ, און בקיצור... מיט זיינע אייגענע הענט האט ער קאליע געמאכט א טייל פונעם שיסל.

עס איז איהם שלעכט געווארן פאר די אויגן, ער האט פראבירט צו ראטעווען די זאך, בייגן אהער און אהין, אויסגראָדן, קלאפן און האַקן, אבער "את הנעשה אֵין להשיב" די חורבן איז שוין דארט געווען. ממש אינמיטן דעם הערליכן שיסל, איז געווען א גרויסע זעהבארע קנייטש, וואס האט אוועקגענומען פונעם הערליכע פּראַכט און גלאנץ פון די טייערע כלי.

זעענדיג אז ער קען גארנישט מאכן דערפון, האט דאס דער גאלדשמיד געלייגט אין א זייט, און פון דעמאלטס פלעגט ער זיך כסדר אנשטויסן דערין. טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, זענען זיינע טרויערדיגע בליקן געפאלן אויף די הערליכע יצירה וואס ער האט אזוי שטארק געוואלט ענדיגן, אבער איז אזוי טראגיש פארשניטן געווארן.

וויפיל מאל מענטשן האבן דאס געזען און איהם געפרעגט דערוועגן פארוואס ער ענדיגט עס נישט צו, האט ער אלעמאל געקרעכצט מיט א ייאוש, זאגענדיג אז די זאך איז א פארגאנגענהייט, ס'איז א דבר האבוד, א כלי וואס קען שוין נישט ווערן פארראכטן. אפילו ווען מ'האט זיך גע'טענה'ט מיט איהם און פראבירט איבעררעדן אז ס'איז בלויז א קליינע קנייטש, מ'קען עס צודעקן און פארווישן מיט אנדערע זאכן, האט ער בלויז געענטפערט מיט צער, אוי, וואס פארשטייט עטס בכלל? דאס וואס איך קען זעהן מיט מיינע אויגן דאס וועט מען קיינמאל נישט קענען פאררעכטן...

ווען זיין זוהן איז אונטערגעוואקסן און געקומען ארויסהעלפן דעם טאטן ביי זיין ארבעט, זייענדיג נישט קיין קליינע מֵבין און א געלונגענע בעל מלאכה פאר זיך, האט ער אויך פראבירט איבער צו רעדן און משכנע זיין דעם טאטן אז די זאך איז נישט פארלוירן און מ'עקן עס נאך פאררעכטן... אבער דעם טאטענס צובראכנקייט און איינרעדעניש האט מען נישט געקענט רירן פון פלאץ! "לאז מיין קינד, לאז עס ליגן דארט", פלעגט איהם זיין טאטע זאגן מיט ביטערניש, "איך ווייס דאָך יא אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין אזוי שיין ווי ס'וואלט באמת געדארפט צו זיין, גארנישט וועט מיך נישט צופרידנשטעלן, אדרבה, זאל עס מיר שטיין קעגן מיין פנים און דערמאנען וואס אביסל אומפאָרזיכטיגקייט קען אָנמאַכן".

דער זוהן האט זיך נישט געוואגט עובר צו זיין אויף זיין טאטע'נס באפעל, אבער טיף אין הארץ האט ער נישט אויפגעגעבן זיין חלום, פון נעמען די צובראכענע כלי און מאכן דערפון א שיינע זאך.

ביז ס'האט זיך געמאכט א תקופה ווען זיין טאטע איז נישט געווען אין שטאט, ער איז אוועקגעפארן צוליב א וויכטיגע אנגעלעגנהייט, דער זוהן איז געזעצן אין געשעפט און געטוהן די שיינע
האנטווערק גענוי ווי זיין טאטע האט איהם געלערנט. פלוצלינג האט אויפגעבליצט אין זיין מוח א געדאנק אז יעצט וואלט געווען א פאסיגע געלעגנהייט צו נעמען די זאך אין די הענט אריין. ער טראכט נישט קיין סאך און ער הייבט אָן טוהן למעשה איידער ער וועט חרטה האבן פון זיין פלאן.

מיט זיינע געניטע הענט כאפט ער אָן דעם שיסל און ער הייבט אָן צו ריקן און בייגן, איינקריצן נייע הערליכע קונצליכע מאָלערייען, ער לייגט צו נאך שיינע שטיינער, ער קראצט און גלאנצט און באפוצט, יעדן טאג נאך אביסל און נאך אביסל, ביז נאך לאנגע שעות הארעוואניע האט ער באוויזן אהערצושטעלן א כלי וואס איז געווען ממש איינס אין די וועלט, א זעלטענע שיינקייט וואס מ'קען נישט מסביר זיין. ווער עס האט נאר איבערגעטרויטן דעם שוועל פונעם געשעפט אין יענע טעג איז געווארן פארגאפט פון די מלכות'דיגע פּראַכט וואס האט ארומגענומען דעם הערליכן שיסל פון אלע זייטן. איבריג צו זאגן אז פונעם אלטן קנייטש איז שוין לאנג נישט געבליבן קיין זכר, אדרבה, ס'איז געווארן אזוי קונצליך פארוואנדלט אלס א חלק פונעם דיזיין און פון די מייסטערהאפטיגע אנדערע קריצונגען ארום און ארום, אזוי אז מ'האט שוין אפילו נישט געקענט וויסן אויף וועלכע פלאץ די אמאליגע קנייטש איז געווען. די כלי האט באקומען א הערליך נייע צורה און איז געווען נישט צום דערקענען.

דער טאטע קומט אהיים פון זיין רייזע, און ער טרעט איבער די שוועל פונעם געשעפט, מ'האט גארנישט געדארפט דערציילן, אין א אויגנבליק האט ער באמערקט וואס האט דא פאסירט, און ער איז געבליבן שטיין אינגאנצן פארגלייזט... זיינע אויגן האבן זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן פון די הערליכע ארבעט, און ווער נאך ווי ער האט געוואוסט צו שעצן וואס דאס מיינט. די כלי וואס ער האט געהאט אויפגעגעבן דעראויף, ער האט זיך מייאש געווען אזויפיל יארן, האלטנדיג באמת אז ס'איז גארנישט מעגליך צו טוהן דערמיט, און פלוצלינג דערזעהט ער דאס אומגלויבליכע מיט זיינע אייגענע אויגן. ער פאלט ארויף אויף זיין זוהן, ער האלדזט איהם און קושט איהם, ער האט נישט קיין ווערטער צו באדאנקן אויף וואס ער האט געטוהן און באוויזן א זאך וואס ער האט בשום אופן נישט געקענט אדורכברעכן און באווייזן.

ווען דער מענטש מאכט חשבונות פונעם עבר אדער עתיד
די בעלי מוסר האבן גענוצט די מעשה אלס א משל און מוסר השכל וואס איז נוגע פאר יעדן איינעם. וויפיל מאל מאכט זיך ביי א מענטש אז ער שפירט פארפאלן און צובראכן. ער ווייסט ביי זיך אז ער האט געזינדיגט אדער געטוהן זאכן נישט ווי עס דארף צו זיין, און ער האלט באמת אז ער האט נישט קיין תיקון. יא, ער ווייסט טאקע אז אין די תורה שטייט אז מ'קען תשובה טוהן, און חז"ל זאגן אז ווען מ'טוט תשובה ווערן די עבירות איבערגעדרייט, דורך תשובה מאהבה ווערן זיי זכיות, זיי ווערן גאר גערעכנט ווי מצוות, און דורך תשובה מיראה ווערן זיי גערעכנט פאר שגגות. אבער ער קלערט ביי זיך אז א 'צדיק גמור' קען ער שוין קיינמאל נישט זיין, די קנייטשן און די פגמים וועלן שוין אלעמאל בלייבן.

דער מענטש הייבט זיך אָן אליינס צו קלאפן און צוצוברעכן אז ער איז נישט מסוגל און ער איז נישט ווערד, און ער האט שוין אזויפיל מאל פראבירט און ס'האט סייווי נישט געהאט קיין קִיוּם, און אזוי ווייטער פיל מיט כל מיני חשבונות וואס האלטן איהם אפ פון וועלן תשובה טוהן און זיך פירן ווי עס דארף צו זיין. דער מענטש איז פונקט ווי דער גאלדשמידט וואס איז מיואש און צוקלאפט צוליב די קנייטשן וואס איז דא אין זיין שיינע כלי. ער ווייסט אבער נישט און גלייבט נישט אז מ'קען מאכן פון דעם אזא הערליכע דבר השלם, און אז פון די אלע קנייטשן וועט נישט בלייבן קיין זכר. מ'דארף עס נאר געבן א שאנס, מ'דארף זיך אנשטרענגן און פראבירן.

און בדרך כלל איז טאקע שווער פארן מענטש אליינס צו אנערקענען אין זיין גרויסקייט און אין זיינע מעלות. ער כאפט נישט זיין פאטענציאל ווי ווייט ער קען אלעס דערגרייכן אויב ער וועט נאר משתדל זיין און וועלן. ספעציעל ווען מ'איז צוקלאפט און צובראכן און מ'טראכט פון אלעס וואס האט שוין פאסירט אין די פארגאנגענהייט, וויפיל מאל מ'האט אנגעהויבן פון דאסניי אבער מ'איז אדורכגעפאלן און ס'איז געבליבן ביי גארנישט, און מ'קלערט אז דאס וועט אודאי אויך פאסירן ווייטער און מ'וועט נישט מצליח זיין ח"ו.

אין רוחניות טאר מען נישט זארגן וועגן די מארגנדיגע ירידה
קומט אבער די תורה הקדושה און זאגט צום מענטש, "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", און ווי רש"י ערקלערט, התהלך עמו בתמימות ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות, רבי איד טראכט נישט פון מארגן! זיי נישט פארנומען מיט די אלע חשבונות אז נעכטן האט נישט געטויגט און ממילא וועט מארגן אויך נישט טויגן, און דעריבער לוינט זיך מיר שוין בכלל נישט משקיע צו זיין אין זיך, איך געב אויף, איך בין נישט אינטרעסירט... נאר ווען עס קומט צו "עִם ה' אֱלֹקֶיךָ" מאכט מען נישט קיין חשבונות, ווען עס קומט צו עבודת השי"ת דארף א איד לעבן מיט האפענונג און שטרעבן צום רבונו של עולם, התהלך עמו בתמימות ותצפה לו, האָף צום אייבישטער אז ער וועט דיר העלפן, זיי מתפלל א הייסע תפלה, גיי אָן מיט א תמימות און א פשטות אָן די אלע מחשבות וואס פלאגן דיר פונעם עבר אדער פונעם עתיד.

אודאי דארף א מענטש בדרך כלל זיין א 'רואה את הנולד' און מאכן חשבונות אויף זיין צוקונפט. אדרבה, וואס קלוגער דער מענטש איז טראכט ער פונעם עתיד און פראבירט אויסצושטעלן א פלאן וואס וועט איהם העלפן מארגן אויך. אבער אזא סארט חקירה אויפן עתיד וואס שטערט איהם אין די יעצטיגע הווה, די מחשבות פונעם צוקונפט וואס האלטן אפ דעם מענטש און זענען איהם מייאש פון זיך דערנענטערן און זיין "עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", אט די מחשבות זענען אסור בתכלית האיסור! ווען עס קומט צו טוהן רצון השי"ת דארט טאר מען נישט זיין קיין רואה את הנולד און מ'טאר זיך נישט אראפקלאפן מיט'ן נעכטן און מיט'ן מארגן. דארט דארף מען זיך אנגארטלען מיט די העכסטע מאס תמימות און זאגן "איך ווייס פון גארנישט. איך טוה וואס איז דער רצון השי"ת פון מיר יעצט!" איי אפשר מארגן וועל איך צוריקפאלן אדער ס'וועט ווייטער נישט אנהאלטן צו לאנג, דאס אלעס איז נישט מעלה ומוריד, דער אייבישטער וויל פון מיר יעצט אז איך זאל איהם דינען, און דאס טוה איך אָן קיין שום חשבונות.

וועלכע צדיקים הייסן 'תמים' אין די תורה
נאך מער, כדי צו דערהערן ריכטיג וואס ליגט אינעם ווארט 'תָּמִים', לאמיר זיך מתבונן זיין, וועמען רופט די תורה הקדושה אָן מיט'ן נאמען תמים? ווער איז דער מענטש וואס איז זוכה צו אזא טיטל און וואס איז זיין מהות?

ווי באקנט שטייט אין די תורה צוויי מאל דער ענין פון תמים אויף א מענטש. די ערשטע איז אין פרשת נח, אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו אֶת הָאֱלֹקִים הִתְהַלֶּךְ נֹחַ, נח ווערט אנגערופן א צדיק תמים. און די צווייטע איז אין פרשת לך לך (י"ז א') וַיֵּרָא ה' אֶל אַבְרָם וַיֹּאמֶר אֵלָיו אֲנִי קֵל שַׁדַּ-י הִתְהַלֵּךְ לְפָנַי וֶהְיֵה תָמִים, אברהם אבינו ווערט אנגערופן א תמים.
אז מיר וועלן זוכן די 'צד השוה' וואס פאראייניגן נח מיט אברהם, ווייסן מיר אז זיי זענען ביידע געווען 'יחידים' אין זייער דור וואס האבן געגלייבט אין השי"ת און מקיים געווען זיין רצון. נח האט געלעבט אין די שלעכטע דור המבול, ווען די גאנצע וועלט האט געזינדיגט און מורד געווען אינעם אייבישטער. דער אייבישטער הייסט איהם בויען א תיבה ווייל ס'גייט קומען א מבול אויף די וועלט, און נח שטייט און בויעט א תיבה במשך הונדערט און צוואנציג יאר ווי חז"ל זאגן אין מדרש, בשעת אלע ארומיגע מענטשן שטייען און לאכן פון איהם, אבער ער גיבט נישט אויף! ער פאלגט וואס דער רבוש"ע הייסט איהם.

די זעלבע איז מיט אברהם, "אחד היה אברהם" ער איז געווען איינער אליינס אין די גאנצע וועלט, זיין טאטע און זיין משפחה און די גאנצע דור זענען עובדי עבודה זרה, אבער ער זוכט דעם אמת, ער איז מכיר את בוראו און הייבט אָן צו פארשפרייטן אמונה אין די וועלט. טראץ אלע רדיפות און פיינונגען, מ'האט איהם אריינגעווארפן אין א קאלעך אויוון, ער גייט אדורך שווערע נסיונות, אבער ער שטייט פעלזן פעסט, ער איז א תמים, און ס'אינטרעסירט איהם נישט קיין שום חשבונות און קיין שום דרך הטבע.

לאמיר זיך נאר פאָרשטעלן אויב נח אדער אברהם וואלטן זיך באנוצט מיט די מידה פון 'רואה את הנולד' און זיי וואלטן חוקר געווען און געקלערט וועגן זייער צוקונופט, וויפיל שאנסן זיי
האבן מצליח צו זיין, און וואס וועט ווערן פון זייערע אלע מעשים און השתדלות, דאן וואלטן זיי לכאורה זייער שנעל אויפגעגעבן. אבער ווען ס'קומט צו רוחניות פארלאנגט דער אייבישטער מידת התמימות, טראכט נישט און רעכן נישט, טוה וואס מען דארף יעצט! אויב איז די ציווי השי"ת אז מ'דארף שטיין און בויען א תיבה, אפילו יעדער לאכט, אפילו זיי סטראשענען, אפילו מ'ווייסט אליינס נישט וואס איז דער פלאן, טוט מען דעם רצון השי"ת אזוי ווי עס שטייט און גייט אָן קיין רואה את הנולד פון מארגן. אויב מען ווייסט אז פארשפרייטן אמונה איז די ריכטיגע עבודה, דאן טוט מען דאס מיט מסירות נפש, סיי אויב עס גייט און סיי אויב עס גייט נישט, ווייל דאס וויל דער רבוש"ע פון מיר יעצט, און איך טאר בכלל נישט קוקן וואס איז געווען נעכטן און וואס גייט זיין מארגן.

די גרעסטע שלימות איז ווען מ'טוט וואס מען דארף 'יעצט' טוהן
אצינד לאמיר ממשיך זיין צו די צווייטע פשט אויפן ווארט תָּמִים, וואס שטייט אין תרגום, "שְׁלִים תְּהֵי בְּדַחַלְתָּא דַּה' אֶלָקָךָ" וואס מיינט א ענין פון שלימות, אז א איד דארף זיין גאנץ און בשלימות ווען עס קומט צו יראת שמים, און ווי מיר האבן מדייק געווען אז לכאורה איז נישט שייך קיין שלימות, און אודאי נישט אין רוחניות.

בדרך אפשר קענען מיר זאגן, אז דער תרגום איז בכלל נישט קיין נייע פשט, דער תרגום איז ממש אין איינקלאנג מיט רש"י. דער תרגום לערנט אונז אז ווען ס'קומט צו טוהן דער רצון ה' דארף מען עס טוהן מיט די גרעסטע מאס תמימות און אָן קיין חשבונות, און אט דאס איז די איינציגסטע שלימות וואס איז פארהאן! ווייל אנדערש איז טאקע נישט מעגליך צו דינען דעם אייבישטער. קען דען א מענטש זאגן אז ער וועט מצליח זיין אינגאנצן? אז ער וועט אנקומען צום תכלית השלימות אין עבודת השי"ת? עס איז דאָך נישט דא אזא מציאות. אבער ווען א מענטש ווארפט זיך אריין צו דינען דעם אייבישטער מיט א תמימות, ער ווערט נישט צובראכן צוליב חשבונות פון זיין פארגאנגענהייט אדער צוליב פחד פון זיין צוקונפט, נאר ער טוט וואס מען דארף 'יעצט' טוהן מיט א תמימות, מיט א בטחון און האפענונג צו השי"ת אז ער וועט איהם העלפן אויספירן און ממשיך זיין, אט דאס איז שלימות! מיט דעם ביסטו מקיים "תָּמִים תִּהְיֶה - שְׁלִים תְּהֵי" דו ביסט אינגאנצן גאנץ, און דו טוסט דעם רצון השי"ת מיט א אויסטערלישע שלימות! ווייל טאקע דאס וויל השי"ת פון דיר אז דו זאלסט יעצט טוהן וואס מען דארף. איין שעה אויף אמאל. איין טאג אויף אמאל. פראביר אלעמאל צו טוהן וואס דער רבוש"ע וויל פון דיר היינט, און זיי נישט פארנומען מיט'ן מאכן זיכער אויב דו ביסט ראוי דערצו מצד דיין אמאליגע מעשים אדער אויב ס'וועט אויך אנהאלטן מארגן, ווייל דאס איז די פארקערטע פון שלימות, ממש ווי ביים משל מיט'ן גאלדשמיד וואס קען נישט פועל'ן ביי זיך אליינס אנצוקומען צום שענסטן שלימות אלעס צוליב זיינע אייגענע חשבונות און איינרעדענישן. די בעסטע שלימות איז ווען מ'פארקוקט אויף אלע מחשבות און מניעות, און מ'נעמט די כלי אין די הענט אריין און מ'הייבט אָן צו ארבעטן אויף דעם און מ'פראבירט צו מאכן דערפון וואס מ'קען. און אז מ'איז משקיע און מ'שטרענגט זיך אָן קומט מען אָן צום סוף צו א פיל גרעסערע און שענערע שלימות...

די יסוד היסודות אויף כל התורה כולה
אז מיר דעהערן דעם ענין ביז אהער, איז שוין זעלבסט פארשטענדליך פארוואס די מוֹנֵי המצוות רעכענען נישט אויס די מצוה פון תמים תהיה צווישן די סדר און מנין פון די תרי"ג מצוות.
ווייל תמים תהיה איז נישט א פרטיות'דיגע מצוה וואס מען דארף מקיים זיין. נאר תמים תהיה איז די יסוד אויף כל התורה כולה, עס לערנט אונז און ווייזט אונז דעם וועג אויף אונזער גאנצע רוחניות און עבודת ה'. תמים תהיה איז ממש די אלף בית און די התחלה וואס א איד דארף זיך ארייננעמען אין קאפ און לעבן דערמיט ביי יעדע איינציגסטע מצוה און יעדע איינציגסטע דבר טוב, "דו גיי אָן מיט א תמימות, דו טוה וואס מען דארף טוהן יעצט און טראכט נישט וועגן עפעס אנדערש". און נאר ווען מען פירט זיך מיט דעם מהלך וועט מען בעזהשי"ת אנקומען ווייט ביי אלע אנדערע מצוות און מעשים טובים.

וואס די תורה זאגט אונז אויפן מלחמת היצר
אין די המשך פון אונזער פרשה געפונען מיר די סדר וויאזוי מען האט זיך געפירט ווען כלל ישראל איז ארויס אין א מלחמה, ווי די תורה זאגט (כ' א') כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ וְרָאִיתָ סוּס וָרֶכֶב עַם רַב מִמְּךָ לֹא תִירָא מֵהֶם כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ עִמָּךְ וגו', ווען מ'גייט ארויס אין מלחמה קעגן די פיינט זאל מען נישט מורא האבן פון זיי, אפילו זיי קומען מיט א עַם רַב, א ריזיגע צאל סאלדאטן, זאגט השי"ת "עם רב ממך - בעיניך הוא רב, אבל בעיני אינו רב" (רש"י), פאר דיר דאכט זיך אז זיי זענען אסאך און ס'איז שווער צו געווינען, אבער ביי מיר דער אייבישטער איז גארנישט שווער. און דער כהן משוח מלחמה רופט אויס פארן פאלק "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל אַתֶּם קְרֵבִים הַיּוֹם לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֵיכֶם אַל יֵרַךְ לְבַבְכֶם אַל תִּירְאוּ וְאַל תַּחְפְּזוּ וְאַל תַּעַרְצוּ מִפְּנֵיהֶם" איר גייט היינט ארויס אין מלחמה, האט אבער נישט קיין מורא און ווערט נישט צובראכן פון זיי, און ווי רש"י ברענגט פון חז"ל אז ס'שטייט דא פיר באזונדערע לשונות פון נישט מורא האבן, אל ירך לבבכם, אל תיראו, ואל תחפזו, ואל תערצו, קעגן פיר זאכן וואס די גויים פלעגן טוהן צו דערשרעקן זייערע קעגנער ביי די מלחמות, זיי פלעגן האקן מיט זייערע פּאַנצערס און מאכן א רעש, זיי פלעגן צעווילדעווען די פערד און גורם זיין אז זיי זאלן מאכן גערודער, אויך האבן זיי געשריגן קולות מיט די מויל און געמאכט א טומל, און געבלאזן מיט שופרות און נאך פארשידענע כלים, אלעס כדי אנצוזייען שרעק און פחד אין די אויערן פונעם שונא. און קעגן דאס אלעס זאגט דער כהן צו כלל ישראל, האלט אייך שטארק און ווערט נישט דערשראקן פון זייערע טאקטיקן וואס זיי מאכן נאר כדי צו ברענגן פחד און בהלה.

ווי מיר ווייסן פון ספרים הקדושים אז אלע עניני מלחמה וואס ווערן דערמאנט אין די תורה זענען מרמז אויפן מלחמת היצר. און ממש דאס איז די עצה פונעם יצר הרע, ער זוכט נאר אנצוזייען שרעק און ייאוש אינעם הארץ פונעם מענטש. ער וויל אז דער מענטש זאל זעהן א 'עַם רַב' א ריזיגע צאל פון נסיונות און שוועריגקייטן, ער וויל אז דער מענטשן זאל לעבן אין פחד און בהלה און נישט האבן די מוט און שטארקייט צו וועלן ארויסגיין אין די מלחמת היצר, טראכטנדיג אז ער האט סייווי נישט קיין שאנס צו געווינען.

זאגט איהם די תורה, כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ וְרָאִיתָ וגו' עַם רַב מִמְּךָ לֹא תִירָא מֵהֶם, האב נישט קיין מורא און טראכט נישט פון די שוועריגקייטן און שטרויכלונגען, "בעיניך הוא רב, אבל בעיני אינו רב" אין דיינע אויגן דאכט זיך אז ס'איז שווער און אז דו קענסט נישט, אבער פארן אייבישטער איז גארנישט שווער. כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ עִמָּךְ, געדענק אז דער אייבישטער איז מיט דיר, התהלך עמו בתמימות און פארלאז זיך אויף איהם, אַל יֵרַךְ לְבַבְכֶם אַל תִּירְאוּ וְאַל תַּחְפְּזוּ וְאַל תַּעַרְצוּ מִפְּנֵיהֶם, האב נישט קיין מורא, טראג נישט קיין דאגות, און מאך נישט קיין חשבונות וואס איז געווען אדער וואס וועט זיין.

און ווי דער כהן זאגט טאקע, שְׁמַע יִשְׂרָאֵל אַתֶּם קְרֵבִים 'הַיּוֹם' לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֵיכֶם, די עיקר מלחמה איז היינט! דיין עבודה איז צו טוהן איין טאג אויף אמאל, דאס וואס השי"ת וויל פון דיר
היינט און יעצט, און גארנישט מער.

דבר בעתו מה טוב, ווי פאסיג איז דער ענין בנוגע די עבודה פון חודש אלול אין וועלכע מיר שטייען יעצט. וויפיל מאל מאכט זיך ביי אונז געפילן פון ייאוש און צובראכנקייט אז "אלול איז נישט געמאכט פאר מיר"... ווייל מ'טראכט וויאזוי פאַריאָר האט אויסגעזעהן, און וויפיל שאנסן מיר האבן צו זיין בעסער די קומענדיגע יאר, און דעריבער לאזט מען אלעס אפ און מ'האט נישט קיין חשק זיך צו פראבירן כאטש אביסל צו פארבעסערן און נשתנה ווערן לטובה.

חכמינו ז"ל זאגן "אֵין וְעַתָּה אֶלָּא לָשׁוֹן תְּשׁוּבָה", איבעראל וואו ס'שטייט די ווארט ועתה איז עס א לשון פון תשובה, ווי ספרים הקדושים טייטשן אז דאס איז די יסוד פון תשובה, קוק נאר
אויף 'ועתה' אויף די יעצטיגע עבודה, פראביר צו מאכן א טויש 'היינט' ולא תחקור אחר עתידות, זארג זיך נישט אז מארגן וועסטו נישט קענען. אַתֶּם קְרֵבִים 'הַיּוֹם' לַמִּלְחָמָה, דער אייבישטער וויל יעצט פון דעם היינטיגן טאג! און אז מיר וועלן אזוי טוהן וועלן מיר בעזהשי"ת זוכה זיין אנצוקומען ווייט, און צו ווערן דערנענטערט "עִם ה' אֱלֹקֶיךָ" און שפירן דעם "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ עִמָּךְ", ובשם ה' נעשה ונצליח.

לסיכום געדענק:
• די טבע פון א מענטש איז אז ער ווערט אפגעשוואכט און אנטמוטיגט פון זיך פארבעסערן, צוליב זיינע אמאליגע דורכפעלער אדער זיין דאגה אויפן צוקונפט אז ס'וועט נישט אנהאלטן.
• "תמים תהיה - התהלך עמו בתמימות... ולא תחקור אחר העתידות", מאך נישט קיין שום חשבונות פון נעכטן אדער מארגן, גיי מיט א תמימות און טוה וואס דער אייבישטער וויל פון דיר יעצט.
• נעם איין שעה אויף אמאל, איין טאג אויף אמאל, און דאס איז א שטארקע יסוד צו הצלחה און שלימות.

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: שופטים - זיי שוין אביסל תמימות'דיג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

אוועטאר
בקשר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:41 pm

Re: שופטים - זיי שוין אביסל תמימות'דיג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקשר »

שטארק
אקעי ביי.. וועלן מיר זיין בקשר שפעטער..
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: שופטים - זיי שוין אביסל תמימות'דיג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

הערליך
אוועטאר
מאפיא
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 8:26 pm

Re: שופטים - זיי שוין אביסל תמימות'דיג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאפיא »

הערליך ארויסגעברענגט!!!
שטארקע נקודה!!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”