שבת לייט סוויטש

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 2:30 pm
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2015 10:45 am

איך האב אמאל געפרעגט א שאלה איבער א שבת זייגער וואס איז געלאפן סיי אויף די לייט און אויך אויף די פלאג'ס, איך האב געוואלט איינפלאגן אין יענעם פלאג א פערקילעטער און ס'וועט זיך אויסלעשן פרייטאג צונאכט'ס צוזאמען מיט די לייט'ס און צוריק זיך אנצינדן שבת פארטאגס צוזאמען מיט די לייט'ס און ס'וועט ארוסקומען אין איינוועגס אז די וואסער האט זיך אפגעקאכט נאכאמאל שבת (כ'האב נישט געמיינט אויסצולעשן די וואסער נאר ווייל די לייט'ס לעשט זיך וועט ארויסקומען א גרם פון בישול) און די דיין האט עס קלאר גע'אסרט זאגענדיג אז מ'טאר נישט הנאה האבן פון א זאך וואס איז געווארן געקאכט שבת דורך א שבת זייגער'ס צולייגענדיג אז מ'האט נאר מתיר געווען שבת זייגער'ס פאר לעקטער, עיר קאנדישען וכדומה נישט פאר עסן און טרינקען

איך האב געפרעגט א דיין צו איך מעג אריינלייגן מצה אין א טאוסטער און עס זאל זיך אנצינדן אינמיטן די סעודה (פאר די אייער) דורך א שבת זייגער, דער דיין האט געזאגט אז לכאורה איז נישט קיין שום פראבלעם.

(@@יצחק אייזיקל האט אמאל געהאט אזא שאלה?)
די חילוק צווישן וואסער און מצה איז פשוט, ביי מצה איז דא אין בישול/אפיה אחר אפיה, משא"כ ביי וואסער וואס איז א דבר לח איזאייביג אסור איבערצוקאכן אפילו העכער א טאפ.

איך וואלט יא געזאגט זאלסט אפשר אריינלייגן די מצה פאר שבת, אוועקצונעמען אויך דעם 'מיחזי'


איך האב געהאט א שאלה לגבי א בלעקאוט וואס האט אויסגעלאשן די טשולענט און נאכדעם האט די שטאט פארראכטן די לעקטער און זיי האבן אנגעצונדן מיין טשולענט. דער דומ"ץ דמתא האט גע'פסקנ'ט אז ס'איז נישט קיין פראבלעם הן לגבי בישול עכום, און לגבי שבת - אויב ס'איז שוין געווען הייס פארן בלעקאוט, און איך האב עס געלאזט ליגן און גארנישט געטון נאכדעם איז גוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”