בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ריינע קדושה
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 4:47 pm

בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריינע קדושה »

בס"ד

שטיי דארט מיט'ן שופר, בלאז און בלאז און בלאז...
טוה עס פאר דיינע קינדער, און פרעג שוין נישט פארוואס....

א גוטן חודש, באגריסט ער מיך דער שמש ביינונז, אַה ס'איז ראש חודש היינט, מ'דארף מיר גיין אנפילן דעם מקווה פינגער, און ווער רעדט נאך פונעם הלל און מוסף,
די מנינים אינעם צענטער איז פולקאם פארדרייט, די פערטל נאך איז האלבער, די האלבער מנין האט פלעין געמאכט א פליטה.. בקיצור, ס'ראש חודש, ראש חודש איז א הייליגע צייט.
שטעל איך מיך ביי מיין מנין, און כ'הייב אהן ווי געווענליך, די דאווענען פארט א באן ב"ה, כ'פרוביר אינזין האבן ווי איך קען, ווי מער פירוש המילות.
מ'האלט שוין אזוי סוף הויכע שמונה עשרה פון מוסף, די טליתים גליטשן זיך שוין פונעם הייליגן קעפעלע, און איך באמערק ווי אונזער געשמאקער אינגערמאן, דער עליות פארקויפער ווערט אינגאנצען איבערגענומען, ער זוכט עפעס.. וואס גייט פאר פרעג איך איהם מיט אזא נאאא עהע.. נוו..
אה ס'איז ראש חודש אלול , איז ער מיר מסביר. ס'געבט אזא קיצל, אפילו ביים עס אראפשרייבן, מ'זוכט א שופר, מ'גייט בלאזן.
ברוך השם ס'האט צו לאנג נישט גענומען, און איך דערזעה מיך שטיין אזוי, קלאצענדיג אינעם בעל תוקע'ס געזיכט, און שטילערהייט צוהערן ווי ער שאַלט ארויס איין תקיעה נאכן צווייטן, ער בלאאאזט...
יעצט, לאַך נישט פון מיך, אבער ווען ס'קומט צו די דאזיגע מצבים, בינעך א גראבער עמהארעץ, מסתמא זענען מיינע רבי'ס שולדיג, אדער גאר זייערע.. ווייל זאכן וואס האט זיי געפעלט אין הבנה, האט געפעלט אוודאי אין זייער הסברה.
כ'וועל דיך געבן א קליינע משל, ס'איז יעצט געווען שבת חזון, תשעה באב, און א וואך דערויף נחמו, מ'טרייסט זיך, איך ווייס אויף הונדערט פראצענט אז הונדערטע אידן ווייסן יא די הונדערטער טעמים, אבער מיין רבי איז נישט געווען איינער פון זיי, און איך שטיי נאכאלץ און כ'וואונדער מעך, וואס גייט דא פאָר? איין וואך שבת איז מען טרויעריג, אפאר טעג שפעטער נאך מער, און א וואך דערויף פרייעט מען זיך אויף אזעלעכע הויכע מדריגות, מיט אכילה שתי' בכל הפירושים וכו' וואס איז דא געשען? פארוואס האט די נביא געהייסן זיך פרייען די וואך? די בית המקדש שטייט שוין? נאכאמאל, סאיז זעכער אז ס'איז דא טעמים, אבער ליידער האבעך נאכנישט זוכה געווען צו זיין פון די ווייסער..
הכלל לאמיר צוריק פאָרן צו מיין ראש חודש מנין און צום בעל תוקע וואס בלאזט נאך, מיט מיך דער שטייעדיגער אינגערמאן וואס קלאצט אריין אינעם בעל תוקע מיט זיין בלאזעריי, ס'איז קלאר ווי די טאג אז תקיעת שופר קומט מעורר זיין די אידן אז יאפס. אלול פה, נישט אז ס'קומט שוין אט אט, סאיז נישט ממשמש, סאיז דא, נעמט'ס ענק אין די הענט אריין, כאטש אזויווי די פיש און וואסער...
אבער הערט'ס מיין עמאראצישער לימוד, און מוסר השכל:
אויב האסט א טיענעידזשער אינדערהיים אדער אין דיין געגנווארט, וועסטו מיך זעכער פארשטיין, אבער נע, ס'גוט, אויב האסטו א געזונטע אשת חיל אינדערהיים, וועסטו מיך אויך פארשטיין..

אבינו אב הרחמן המרחם רחם, וויאזוי האלסטו אויס דעי בלאזעריי...?
שטייען נונדערטע מענטשן און בלאזן, דער בלאזט אויף די מאן פאר'ן זאגן ער קומט אין 5 מינוט וואס האט זיך אויסגעלאזט אין א דריי פערטל שעה, דער בלאזט אויף די סאפער, און דער בלאזט ווייל ער האט געוואלט גיין אין יענע ישיבה/סעם און דער פאטער האט נישט געהאלטן אז ס'איז דאס פאסיגע, סאו קודם אויפצוקלערן: בלאזן איז א געזונטע נאטור, קען זיין סאיז אן אומבאקוועמע געפיל פאר די ארומיגע, אבער געזונט איז עס פארן נפש, ער האט ערנסטע געפילן, און ער געבט זיך ארויס... פארשטייט זיך, מיט א מאס...
נו, וואס איז די עצה? איז פאר ווער ס'האט שוין בייגעוואוינט אזא בלאזעריי, דארף מען נישט מסביר זיין אז, צוריקטענה'ן און מסביר זיין פארקערט, איז איבערהויפט נישט און ווייט פון די ריכטיגע סעלושע"ן...
איז וואזשע יא?
אה, וואס יא- קען מען זיך לערנען פונעם הייליגן שופר בלאזן,
(נאכאיינמאל לאמיך אריינהאקן מיט מיינע 6 הקדמות אז ס'איז חלילה וחס "דער" לימוד, סאיז א דרך צחות, און ווער זיין קאפ איז שמאלער ווי א דייעט קאוק זאל טאקע מוחה זיין פארן חוזק מאכן פון אזא הייליגע מנהג...)
הכלל, האב איך מיך די זאך אויסגעלערנט, און ארויסבאקומען, אז ווען יענער בלאזט און בלאזט, די עצה איז: צו אריינקוקן יענעם אין די אויגן, הער אים/איר אויס און בלייב שטיל, שאקל מיט די קאפ, מיט הכנעה און פארשטייאונג, און דו אין דיין הארץ פארעכט דיך וואס דו דארפסט פאררעכטן. און שוין.
ס'קען זיין, ניין?
שטיי און הער צו.
פינטל.
ווען כ'וויל שטארק, בינעך אבער שטערקער!
און אויב ווילעך שטערקער, בינעך פארט נאך שטערקער!!
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

A1
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
Prime
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:54 pm

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Prime »

ענדיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 4:15 pm
A1
זיי מסביר ביטע
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

Prime האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 4:29 pm
ענדיג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 4:15 pm
A1
זיי מסביר ביטע
A1 איז א אינטערנאציאנאלע סיגנאל פאר "פיינע נייעס"
לעצט פארראכטן דורך ענדיג אום דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 4:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

גאר א שטארקע לימוד.
קען זיין אז מאנכע וועלן בלאזן אויף דיין געדאנק, אבער דו קוק זיי צוריק אין פנים און בלייב שטיל...
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

גוט גוט גוט! כאטש איך האב עס שוין אסאך מאל געטון, איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן אז מ'קען זיך עס לערנען פונעם שופר....
ריינע קדושה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 4:03 pm
מ'דארף מיר גיין אנפילן דעם מקווה פינגער,
האסט מיר דערמאנט, אז דיע ר"ח, קום איך אן אין מקוה און איך כאפ מיר אז כ'האב פארגעסן מיין פינגער אינדערהיים.
די נייע מערכה אויף אייוועלט!!!

#שרייב ארטיקלען און בריוו - אבער נאר פאזיטיוו!!!


קרעדיט: די פאזיטיווע ליינער/לייקערס פון אייוועלט

ליינט:
viewtopic.php?p=5405605#p5405605
אוועטאר
ריינע קדושה
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 4:47 pm

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריינע קדושה »

@יש משהו
@יקל פעדער
גוט.
זאל שוין צובלאזען ווערן אלע בלאזערייען בב"א..
ווען כ'וויל שטארק, בינעך אבער שטערקער!
און אויב ווילעך שטערקער, בינעך פארט נאך שטערקער!!
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4887
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

זייער א שטארקע און אמתע פוינט



א חכם דארף איך דאך זיין אלזא מוחה
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
בקשר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:41 pm

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקשר »

שקויעך פארן בלאזן.. איך קוק...
אקעי ביי.. וועלן מיר זיין בקשר שפעטער..
אוועטאר
ראש ישיבה
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:49 pm
לאקאציע:מגי''ש שטיבל

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש ישיבה »

בלאז און בלאז און בלאז!!
ראש ישיבה פארוואס?
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

איז אין איין ווארט, וואס האסטו געשריבן??
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 1:27 am
איז אין איין ווארט, וואס האסטו געשריבן??
פון די שופר לערנט מען זיך, אז ווען איינער בלאזט זיי שטיל און הער צו.
די נייע מערכה אויף אייוועלט!!!

#שרייב ארטיקלען און בריוו - אבער נאר פאזיטיוו!!!


קרעדיט: די פאזיטיווע ליינער/לייקערס פון אייוועלט

ליינט:
viewtopic.php?p=5405605#p5405605
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

בד"וו @ריינע קדושה איך האב איבער געזאגט דיין ווארט פאר עטלעכע במשך די חיצטע 2 טעג און דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט פון דיע געדאנק!
די נייע מערכה אויף אייוועלט!!!

#שרייב ארטיקלען און בריוו - אבער נאר פאזיטיוו!!!


קרעדיט: די פאזיטיווע ליינער/לייקערס פון אייוועלט

ליינט:
viewtopic.php?p=5405605#p5405605
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

גאר גוט… פיינע נייעס !!!!!
אוועטאר
ריינע קדושה
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 4:47 pm

Re: בּלאָז און בּלאָז... עמאראַציש דאַט קאַם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריינע קדושה »

יש משהו האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 10:10 am
בד"וו @ריינע קדושה איך האב איבער געזאגט דיין ווארט פאר עטלעכע במשך די חיצטע 2 טעג און דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט פון דיע געדאנק!
פארגעס נישט די קעפל.... עמאראציש..
ווען כ'וויל שטארק, בינעך אבער שטערקער!
און אויב ווילעך שטערקער, בינעך פארט נאך שטערקער!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”