ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אינגאנצן גוט
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2017 1:39 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגאנצן גוט »

מענטל העלט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:20 am
גרויער וואלף האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:11 am
אההה, די צוויי ווערטער "שלומי הצדיק", מים קרים על נפש עייפה!!!! וויפיל עס קען אויסמאכן פאר א וואוילע צעקלאפטע זעהל
גראדע איז מיין פילינג אז עס קלינגט פאלטש אין די אויערן פונעם מדובר
מסתם פילט עס פאלש פאר שלומי דערפאר דארף מען עס האלטן אין איין זאגען
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

אינגאנצן גוט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:32 am
מענטל העלט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:20 am
גרויער וואלף האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:11 am
אההה, די צוויי ווערטער "שלומי הצדיק", מים קרים על נפש עייפה!!!! וויפיל עס קען אויסמאכן פאר א וואוילע צעקלאפטע זעהל
גראדע איז מיין פילינג אז עס קלינגט פאלטש אין די אויערן פונעם מדובר
מסתם פילט עס פאלש פאר שלומי דערפאר דארף מען עס האלטן אין איין זאגען
איך מיין עס ווענט זיך פון ווי ס'קומט.

ווען איינער וואס שעצט עכט דעם צווייטן ריפט איהם צדיק, וועט עס דער מענטש גלייכן.

ווען עס קומט פון א פלאץ ווי מען זאגט עס אן עכט גלייבן און דעם מענטש ווייל מען זעהט אנדערע מחנכים זאגן עס, אדער נאך ערגער עס קומט מיט באהאלטענע חוזק, וועט עס דער מענטש פילן און עס וועט פארשטייט זיך בעקפייערן.

דערנאך זענען דא מענטשן וואס וועלן עס נישט קענען נעמען אפילו פון איינער וואס גלייבט עכט און זיי פאר פארשידענע סיבות.
צו ווייל זיי האבן שוין נישט קיין טראסט אין מענטשהייט, צו ווייל זיי האבן מורא צו זיין וואלנערבל, צו אנדערע סיבות.

און דאס איז פארוואס ר' זכריה האט איהם נישט באצייכנט אלץ שלומי הצדיק נאר נאכן זיך באקענען מיט שלומי און וויסן אז איהם גייט עס בויען און נישט פארקערט.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

רעגן טראפנס האבן געפאלן אויפן גאס אויף וואס שלומי'ס טעקסי האט געראלט אירע רעדער. שלומי איז אויפן וועג צום טערעפיסט ר' אפרים צו וועמען ר' זכריה האט איהם געשיקט.
סתם אזוי וואלט שלומי געגליכן די גערויש פון די רעגן אויפן קאר.

דאס מאל איז אבער שלומי געווען צו נערוועז. פון איין זייט האט ער זייער שטארק געוואלט אז זיין פראבלעם זאל זיין א.ד.ד. 'אזוי ווייס איך כאטש ווי איך שטיי' האט ער געפילט.
פון דער אנדערע זייט, אפשר איז עס טאקע נישט א.ד.ד.?

'ר' זכריה האט געזאגט פאר מאמי אז ר' אפרים איז זייער גוט און כאפן וואס גייט באמת פאר' האבן זיינע מחשבות זיך ווייטער געצויגן.
'10דאלער'' האט איהם א דיקער קול מיט א ספאנישער אקצענט אויפגעוועקט פון זיינע מחשבות.
שלומי האט איהם דערלאנגט די באנקנאטן און ארויס אויפן גאס.

שלומי האט זיך ארומגעקוקט א מינוט זיכנדיג דעם אדרעס. דערזעהנדיג די נומבער 55 האט ער געריכטעט זיינע ציטערדיגע טריט אהין.
א באז האט זיך געהערט נאכן דריקן אויפן קנעפל.
שלומי האט געפנט דעם טיהר פרובירנדיג זיך צו האלטן רואיג, און אריין.

''העלאו שלומי'' האט זיך געהערט א ווארעם קול פון א זייטיגע טיהר.
שלומי איז נאכגעגאנגען דעם קול, און זיך געטראפן און ר' אפרים'ס צימער.
ר' אפרים, א איד אין די הויעכע פערציגער יארן איז געזיצן מיט א גרויסע ווארימע שמייכל. ''ר' זכריה האט גערעדט וועגן דיר צו מיר. ער זאגט מיר אז די ביזט א קלוגע בחור''
שלומי האט שעמעדיגערהייט צוריקגעשמייכלט.

ר' אפרים האט געהאט א גרויסע האלטער פון קענדיס אויף זיין טיש. ''וועסט נעמען דערפון, אמת? מיין ווייב האט נישט ליב ווען איך עס די גאנצע אליינס..''
שלומי האט אויסגעשאסן פון געלעכטער. די פריינטליכע וועג וויאזוי ר' אפרים איז איהם קעגן געקומען האט איהם אביסל בארואיגט.

''דערצייל מיר אביסל'' האט ר' אפרים געוואלט וויסן. ''וואס ברענגט דיר אהער?''

שלומי האט זיך צוהיסט און אנגעהויבן רעדן. ' 'פון ווען איך געדענק מיר בין איך א פערפעקשעניסט. איך בין זייער געפיליש און אבסעסט אויף זאכן.

איך פיל מיך זייער צופלויגן, איך קען מיך נישט צוזאמנעמען, איך קום נישט אן ווען איך טוה עפעס און איך בין אביסל סענסעטיוו.

ר' דוב האט מיר געזאגט אז איך האב א.ד.ד.''

''די זאגסט פערפעקשעניזם, די קענסט מיר געבן א דוגמא?'' האט ר' אפרים געוואלט וויסן.

''אלעס מיז זיין צוזאמגענימען, אז נישט בין איך נישט רואיג. אזוי אויך מיז איך אליינס זיין פערפעקט, איך פיל אז איך מיז זיין די בעסטע וואס קען אלעס.''

''אהא'' האט זיך ר' אפרים אנגעגאסן א קאפ וואסער. ''די האלסט מיט עפעס סדרים אין ישיבה?''

''אביסל''

''וויפול קומסטו בערך קעגן די אפציעלע סכום וואס די ישיבה פארלאנגט?''

''ווען איך ארבעט ביטער שווער, מסתם 20%.' '

''אחוץ פערפעקשעניזם, האסטו עפעס פחדים?''

''זייער אסאך'' האט שלומי נישט געקענט גלייבן אז ער האט פארגעסן דאס צו דערמאנען. ''איך בין כסדר זיכער אז איך גיי ח''ו שטארבן פון קרענק''

ר' אפרים האט געשאקלט מיט קאפ.

''די ביזט דורך עפעס שווערע זאכן א קינד?'' ר' אפרים האט קעירפול באטראכט שלומי.

''איך אלץ קינד? יא איך בין געווארן געטשעפעט'' האט שלומי נישט פארשטאנען ווי עס קומט דא אריין.

''אהא'' האט דער טערעפיסט געקלאפט מיט זיינע פינגערס אויפן דעסק.

''מאכט זיך אמאל וואס די פילסט נישט קיין שום שוועריקייט ביים לערנען? די קענסט לערנען אפאר שעה מיט א געשמאק?''

''איך האב צייטן וואס עס איז פיל גרינגער, יא. אבער איך בין נאכאלץ אביסל אנגעשטרענגט דעמאלץ'' האט שלומי געפילטפאר וויכטיג צוצולייגן.

''די האסט ליב צו ליינען?''

''יא, אבער איך האב נישט קיין געדולט''

''וואס הייסט די האסט ליב צו ליינען?''
''אלץ קינד האב איך זייער ליב געהאט צו ליינען נאוועל ביכער''
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
אבי א נאמען
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

@צד השוה דו ביזט נישט נארמאל! אפילו טאמער דו באשרייבסט דא דיין אייגענע עקספיריענס, פאדערט זיך א ספעציעלע חוש עס צו קענען מסדר זיין אזוי קלאר, און נאכדערצו אראפגעבן אין ווערטער! קרעיזי
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

ר' אפרים האט ווייטער געוואלט פארשטיין שלומי.

''איז דא אמאל עפעס וואס מאכט דיר מורא'דיג עקסיידעט אז די ווערסט אינגאנצן איבערגענומען?''

שלומי האט שטארק געשאקלט זיין קאפ.

''למשל, גיב מיר א דוגמא''

''א הויעכע שניי וועט מיר מאכן זייער עקסיידעט. אזוי אויך נייע זאכן''

''ווי לאנג האלט אן די שמחה?

די דריזל אינדרויסן איז פארוואנדעלט געווארן אין א גאס רעגן, צווינגענדיג שלומי צו רעדן אביסל העכער.

''ווילאנג ס'שנייט, אדער די ערשטע פאר מאל איך ניץ די נייע חפץ''

''דיין קאפ פילט אמאל ווי אין א וואלקן, געבאקסט?''

א קווענקעלדיג קאפ שאקל איז געווען די ענטפער. ''אויב איך פארשטיי גוט וואס איר מיינט מיט א וואלקן, יא''

''די קענסט אמאל פשוט זיצן אין רילעקסן, אדער די מיזט אייביג עפעס טוהן?''

''שווער צו זאגן, אמאל יא און אמאל נישט''

''די קענסט איינשלאפן ביינאכט?''

''איך וואלגער מיך אין בעט אפאר שעה פאר איך קען אפילו טראכטן פון שלאפן''

''און אויפשטיין?'' האט ר' אפרים ווייטער געגאנגען מיט די פארהער.

שלומי'ס פנים האט אלעס גענטפערט.

''וועלכע חלק פון דיין טאג איז נישט קיין פייט און איז גרינג פאר דיר?''

עסן לאנטש

א קליין שמייכל האט זיך באוויזן אויף די געזיכט פון די צוויי אידן.

די שמועס איז געגאנגען נאך א פאר מינוט, שלומי האט דערציילט, ר' אפרים האט געפרעגט און געהערט ביז דער טערעפיסט האט געפילט ווי עס איז איהם שוין קלאר די בילד.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

וואס מאכן ענק ברודער?

אריינגעסיינט צו שרייבן אביסל, אבער נישט געהאט צייט צו ענדיגן.
אפאר ביזי טעג געווען.

האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

נו קום אריין קלאהר...
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע:ביי די ארבעט

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

צד השוה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 1:40 am
וואס מאכן ענק ברודער?

אריינגעסיינט צו שרייבן אביסל, אבער נישט געהאט צייט צו ענדיגן.
אפאר ביזי טעג געווען.
No way!
געזען דיין נאמען דא איך בין געווען זיכער אז איך גיי האבן עפעס צי ליינען זאגסטי מיר אז נישט?
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
פארגעס
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

האסט גענדיגט ביי צו א גוטע פארט, וואס האט ר' אפרים געענטפערט?
א שווערע פעקל מיינט נישט אז עס טראגט אסאך וואג, אסאך וואג איז שווער צו טראגן
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

פארגעס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 3:50 pm
האסט גענדיגט ביי צו א גוטע פארט, וואס האט ר' אפרים געענטפערט?
א גוטן @פארגעס

נישט געהאט די קאפ אויפן פלאץ די לעצטע פאר טעג.

כ'האף נאר אז די פאר זאכן אויף וואס איך ארבעט יעצט און נעמט אוועק די מעגליכקייט פון שרייבן, זאל זיין מיט הצלחה, כ'בין יעצט אינוואלוועד אין עפעס וואס איך האף וועט העלפן אסאך שלומי'ס אין די פיוטשער. האב מיך אונזון

כ'האף צו זיין צוריק שטארק און אזא צוויי וואכן. באמת אנטשולדיגט!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”