שבת שלהבת מיין לעבן טוישט זיך!!
ס'איז בעצם נישט שייך צו מסביר זיין פאר איינעם וואס איז נישט דארט געווען וואס די שבת באדייט אלס, אבער אויפן שפיץ גאפל וועל איך עס פרובירן צו אראפשרייבן ואולי יהי' לתועלת פאר אנדערע אידן צו קומען אמאל צו אזא שבת און געוואויר ווערן וואס דאס מיינט א אידיש לעבן (וזאת למודעי איך בין נישט קיין אגענט פאר זיי איך שרייב פשוט אראפ מיינע געפילן, די שורות האב איך שוין בעצם געשריבן פאריגע וואך גלייך נאך דעם שבת, איך האב נאר נישט געהאט קיין צייט עס דא ארויפצולייגן) .
ס'איז שוין בעצם די צווייטע מאל וואס איך האלט דאס מיט די ערשטע מאל איז געווען נאך פסח תשפ"ב, אבער די שיעורים זענען מיר אריין אין די ביינער דאס מאל אסאך מער ווי פאריגע מאל.
אנגעהויבן מיט די ערשטע שיעור פרייטאג צונאכטס נאך מנחה (מ'האט געדאווענט בשעה 4:15 פארן פלג אזוי אז מען זאל קענען רואיג דאווענען מעריב שפעטער אפי' ס'איז נאכנישט נאכט). ר' בערל האט אריינגעפירט דעם שבת און ארויסגעברענגט וואס גייען מיר געוואויר ווערן דעם שבת, בקיצור נמרץ האט ער געפרעגט וואס איז מיין זכי' אז איך בין א איד וואס וואלט געווען שלעכט ווען איך בין ווען א גוי מיט וואס שטיי איך בעסער פון איהם?
נאכן סעודה איז פארגעקומען א שיעור ווי ער האט זייער שיין צונומען וואס דאס מיינט א אידיש לעבן וואס דאס מיינט לעבן איין מינוט אלס איד מיט שיינע משלים און געדאנקען פון די הייליגע ספרים ס'איז געווען עפעס WOW כ'האב נישט קיין ווערטער דערויף ווי גוט ער האט עס ארויסגעברענגט, און בעיקר וואס איז געווען מיט אברהם אבינו וואס די תורה זאגט אברהם הכיר את בוראו לכאו' האט ער דאך געהאט א זיידע נח א זיידע שם האט ער דען נישט געוואוסט אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט? האט ער עס זייער שיין פארברייטערט וואס ס'איז נוגע פאר אונז בימינו אלה.
ס'איז מיר זייער געפאלן די מעשה וואס ער האט פארציילט אז זיין טאטע ר' עזריאל ז"ל האט געזאגט אמאל אז ווען ער ווערט יעצט געוואויר אז ביי די מלחמה האט מען פארטוישט זיין מאמע און בעצם איז זי א גוי וואס דאס מיינט אז ער איז אויך א גוי לכל הדיעות און מ'וואלט געהאט דערויף כשר'ע עדות וואלט ער געלאפן צום בי"ד זיך בעטן טוטס מיר א טובה און זייטס מיר מגייר איך וויל נישט לעבן אפי' נאך איין מינוט ווי א גוי, האט ר' שמשון פינקוס ז"ל געזאגט דערויף ר' עזריאל איר זענט זייער גערעכט אבער איך וואלט נאך געמאכט איין סטאפ אויפן וועג צום בי"ד, איך וואלט געגאנגען קויפן א בהמה און מקריב געווען א קרבן אויף א במה וואס דאס איז א זאך וואס א גוי מעג טוהן מקריב זיין א קרבן פארן אויבערשטען אויף א במה משא"כ א איד טאר נישט, האט ר' עזריאל געזאגט ר' שמשון ניין איך וואלט דאס נישט געטוהן דו ווייסט וואס דאס מיינט איין מינוט פריער זיין א איד איך דארף נישט דעם גאנצן קרבן אויב איך קען זיין א איד פאר נאך איין מינוט לענגער, זאגט אים ר' שמשון יא ר' עזריאל איר זענט זייער גערעכט נאר זעהט אויס אז איך האב צופיל געלערנט קדשים....
עכ"פ נאך דעם שיעור איז מען אריבער צו א צווייטן שטיבל ווי ס'איז פארגעקומען א שטיקל באטע מיט מעדנים לכבוד שבת ספעציעל פאר די מענער מ'האט געזינגען קה אכסוף און דערנאך האט ר' בערל געגעבן א שיעור וואס דאס מיינט א שבת טיש וויאזוי פראוועט מען עס, ער האט בקיצור נמרץ ארויסגעברענגט אז די שבת סעודה איז אז א איד פארברענגט מיטן אויבערשטען פריוואט ביי א שבת טיש אתקינו סעודתא דמלכא, און די גאנצע בליק אויף א שבת טיש האט זיך מיר געטוישט, האפנטליך דעם קומענדיגן שבת ווען די קינדער וועלן בארדענען ביים טיש וועט עס מיר שוין נישט אזוי באדערן ווייל איך ווייס וואס דער באשעפער וויל יעצט פון מיר.
שבת צופרי נאכן דאווענען איז געווען א ברייטע קידוש צוגעשטעלט און דערנאך האט ר' בערל געגעבן א שיעור פאר מענער און פרויען בעניני בין איש לאשתו וואס דאס מיינט אז יעדע פרוי איז ספעציעל דיזיינט פאר איר מאן און די זעלבע פארקערט יעדע מאן פאר זיין ווייב וכדו' אינאיינוועגס איז אויסגעשמועסט געווארן וואס דאס מיינט אז פרויען זענען פטור פון מצוות עשה שהזמן גרמא פארוואס זיי קענען נישט עדות זאגן וכדו' אז דאס איז נישט קיין דיסקרימינעישן ווי די גוי'שע גאס קוקט דאס אהן נאר די תורה האט די בעסטע פארשטאנען וואס א פרוי איז און וועגן דעם האט די תורה אזוי געזאגט.
שפעטער נאכמיטאג איז געווען שלש סעודות ווי מ'האט שיין פארברענגט און געזינגען זמירות אינאיינעם מיט א ווארימקייט, דערנאך איז פארגעקומען א שיינע שיעור פון ר' בערל וועגן חינוך וויאזוי מ'קען ענדזשויען די קינדער יעדע קינד וויאזוי ער איז, וואס דאס מיינט חינוך ס'האט זיך געעפענט א וועלט.
שפעטער מוצ"ש האט ר' בערל געגעבן א שיעור בענין בטחון והשתדלות וואס מיינט בטחון איך קען זאגן אז ס'איז לכאו' די ערשטע מאל וואס איך האב אזוי גוט ארויסגעהאט וויאזוי ס'ארבייט צוזאמען בטחון אויף אויבערשטען און נאכאלס טוהן השתדלות וויאזוי ארבייט תפלה וויאזוי דארף מען בעטן דעם אויבערשטען וויאזוי קען איך בעטן פונעם אויבערשטען אז ער זאל מיר טוהן א געוויסע זאך אפשר איז פאר מיט נישט גוט אזוי נאר פארקערט איז בעסער אפי' איך פארשטיי עס נישט.
שפעטער איז פארגעקומען א שיעור פאר די מענער בעניני שלום בית וואס פאר מיר פערזענליך איז דאס געווען פון די מערסטע אקטועלע שיעורים פון דעם שבת מ'קען נישט צופיל מאריך זיין איבער דעם שיעור וד"ל.
במשך דעם שבת איז אויך געווען פאר די פרויען עקסטערע שיעורים און ווי איך הער פון מיין לעבנס שותף האט זיך אסאך קונה געווען דארט, די שיעורים זענען געזאגט געווארן דורך מרת געלבמאן די שיעורים פאר די פרויען איז געווען בשעת די מענער האבן געדאווענט קבלת שבת איז געווען פאר זיי א שיעור וויאזוי זיי קענען די מערסטע איינזאפן פון דעם שבת, נאכדעם שפעטער ביי די באטע איז געווען עקסטער אנגעגרייט פאר די פרויען און זיי האבן געהאט א שיעור איבער וויאזוי א פרוי קען זיך באהעפטן צום אויבערשטען, ביי שלש סעודות האבן זיי אויך געהאט א עקסטערע שיעור פאר די שיעור פון ר' בערל וויאזוי זיי קענען זיך האלטן פרייליך, און אויך מוצ"ש האבן זיי געהאט א עקסטערע שיעור בעניני שלום בית.
זונטאג נאך פרישטאג האט ר' בערל געגעבן פאר די פרויען א שו"ת סעסיע וואס די פרויען האבן געקענט אריינשיקן שאלות פארשטייט זיך אז ער האט נישט געהאט קיין צייט אלעס צו ענדיגן אבער ער האט זיי געזאגט אז ער וועט עס נאך אריינזאגן אין טעלעפאון ווי די פרויען וועלן עס קענען הערן,
שפעטער איז פארגעקומען א שיעור פון ר' בערל וועגן קבלת יסורים באהבה וואס מיינט דאס וויאזוי קען מען דאס זאגן מיט אן אמת און טאקע זיין פרייליך מיט די יסורים און קענען זאגן ש'כח באשעפער פאר די יסורים, מיינע געפילן האבן געשטורעמט ביי דעם שיעור און ווי כ'האב געהערט פון אנדערע וואס זענען דארט געווען איז ביי זיי געווען די זעלבע ר' בערל האט געענדיגט מיט שיינע גראמען וואס ער האט מחבר געווען אויף די ניגון פון אני מאמין בביאת המשיח איבער די ענין פון קבלת יסורים באהבה און מאכן אונזער אייגענע עקידה און גיין אויף די וועג פון אונזער זיידע אברהם אבינו.
נאכדעם איז פארגעקומען די לעצטע שיעור מיטן נאמען ימות המשיח ווי ר' בערל האט מורא'דיג שיין ארויסגעברענגט דעם גלות הדעת ווי אונז לעבן היינט וויאזוי מען דארף זיך פארמעסטן און וויאזוי דער אויבערשטער ווארט אויף אונז אויף יעדע זאך וואס אונז טוען פאר זיין כבוד און ער וויל אונז זאלן מקדש זיין שם שמים טאקע דארט ווי ער שיקט אונז אריין, און אזא דור אויף וואס די אמוראים האבן געזאגט ייתי' ולא אחמיני' טאקע מיט אט די נסיונות האט דער אויבערשטער אונז געטראסט, און ער ווארט צו הערן פון אונז ווי שטארק אונז גייען אויס פאר ליבשאפט צו איהם, ר' בערל האט געענדיגט דעם שיעור מיט גראמען אויף די ניגון השבעתי ארויסברעגענדיג זייער שיין דעם שחולת אהבה אני.
בקיצור די שבת איז געווען איין שטיק חיזוק און פארשטאנד וואס דאס מיינט א אידישע לעבן מלא תוכן איך וואלט געראטן פאר יעדעם איינעם וואס איז נאכנישט דארט געווען, טעמו וראו כי טוב!
איך וויל נאר עקסטער ארויסברענגען אז די עסן איז געווען מורא'דיג גוט צוגעשטעלט בהרחבה גדולה און זייער בא'טעמ'ט מ'האמיר געהאט פון ביידע וועלטן ב"ה.
און איך האף צו קענען גיין נאכאמאל, משיח זאל אודאי קומען פריער