פארטרערטע מחשבות ביים סקולענעם לוויה

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זאלצמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

פארטרערטע מחשבות ביים סקולענעם לוויה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

"כלל ישראל האט פארלוירן איר קאפ, כלל ישראל האט פארלוירן איר הארץ", דאס זענען די ווערטער וואס דער סקולענער רבי זצ"ל הכ"מ האט אויסגעשריגן ביים הספד בכי תמרורים אויף זיין גרויסן פאטער דער פריערדיגער סקולענער רבי זצ"ל, און דאס איז די געפילן וואס שפירן זיך היינט ווען מען גייט באגלייטן דעם רבין צו זיין לעצטע רוה.

די געפילן שטורעמען ווייטאגליך, דער מח וויל נישט גלייבן אז איך בין טאקע דא, אויפן וועג קיין מאנסי צו די לוויה פונעם רבין. אזויפיל געהאט די זכיה זיך צו ווארעמען אונטערן הייליגן שאטן, און יעצט גיימיר צום וויזניצן בית החיים. נישטא מער, ס'ציפט.

דרכי מאנסי אבילות... זינגט זיך דער אויסגעדראשענע מליצה מיט א באזונדער טרויעריגע תנועה. ווי ווייט דאס אויג זעהט, שטראמען מענטשן מיט אראפגעלאזטע קעפ און פאר'אבל'טע געזיכטער, א קאלירפולע געמיש פון כל-ערליי היטן און נישט-היטן... אלעס גייט צום לוויה, ווער מיט א ידיעה וואס דער דור האט פארלוירן, אנדערע זענען זיך מצער אויפן דור'ס פארלוסט, אן משיג זיין בכלל וואס דער טאג באדייט פאר אונז.

אויב האב איך פריער געקלערט אז די לוויה וועט לויפן אויפן סקולענעם זייגער, ווער איך באלד געוואר אז 'סקולען איז מער נישט די זעלבע...', ווען איך בין אנגעקומען צום בית החיים האב איך שוין געזען ווי די ספרינטער מיטן מיטה דערנענטערט זיך, ד' אמות האב איך נאך עספיעט צו באגלייטן, ווען צענדליגער בחור'לעך שטופן זיך ארום צו קענען אנכאפן דעם ספרינטער, במקום טראגן דעם ארון, א מיטליעריגער איד גייט (לויפט...) נאך דעם ספרינטער יאמערנדיג אויפן קול. די חלל אין הארץ איז גרויס. די בענקעניש צו דעם ווארעמקייט און לעכטיקייט וואס מען גייט מער נישט האבן ווערט נאר שטערקער, געוואלד, אויף וועם לאזטו אונז איבער?

בשעתן ווארטן אינעם ביה"ח שפילן זיך נאכאנאנד איבער אין די גייסטיגע אויגן די הייליגע מאמענטן וואס מיר האבן נישט אזוי לאנג צוריק מיטגעלעבט. בלויז איינציגע מאלן האב איך געהאט די זכיה צו שובת זיין אונטערן שאטן פונעם רבין, אבער די הרגשים באגלייטן אונז נאך יעצט.

יעדער וואס איז נאר אמאל אריינגעפאלן ביי א סקולענער טיש, האט געקענט שפירן בחוש וואס 'קרבת אלקים' באדייט, נאר טראכטנדיג דערפון שפיר איך דעם ריח גן עדן, א איד וואס איז בכלל נישט געווען אויף דער זעלבער וועלט ווי אונז, די אצילות האט געשיינט פון צורת קדשו, די הייליגע ניגונים וואס מען האט איבערגעזינגען איינמאל און נאכאמאל מיט א ברען. טראץ וואס אסאך פון די ניגונים ביים טיש האב איך נישט געקענט, האט מען זיך עס געקענט אויסלערנען אויפן פלאץ, די זעלבע תנועות איינמאל און נאכאמאל, ביז עפעס אין הארץ האט זיך א ריר געטאן.

פאר שעה'ן האט מען געקענט שטיין ביים טיש, אן שפירן בכלל איז מען אריינגעשלעפט געווארן אין א העכערע וועלט, א וועלט פון געגועים און התעוררות, א וועלט פון 'יפה שעה אחת בעולם הבא מכל תענוגי עוה"ז', א פלאנעט פון קרבת אלקים, א יוניווערס פון אין עוד מלבדו. אזא טיש האט מיר געגעבן רוחניות'דיגע לעבהאפט פאר חדשים, וואס טוט מען יעצט? וואו גיימיר יעצט? א פראגע וואס בלייבט הענגען אין די לופט...

דראונס זשומען, פערד קאפעווען, סירענעס ליארמען, בשעת איך פרוביר זיך אביסל צו מצמצם זיין די מחשבות. בחורים יובל'ען, מעמבער'לעך שרייען צוריק נאך העכער, און אט נעמט מען ארויס די הייליגע מיטה. א ערשיטערטע שטילקייט נעמט מיר ארום, די געדאנקען זענען געפרוירן, נאר אין הארץ צאפלט א געשריי. עס קומט מיר ארויף אין געדעכעניש וואו דער רבי ז"ל האט אויסגעשריגן מיט די שוואכע כוחות ביי זיין טאטעס לווייה "טאטע! פארגעס נישט פון אונז!", אוי געוואלד, א טרער גליטשט זיך, רבי! פארגעס נישט פון אונז!.

נאך די קבורה זאגט מען פאר צידוק הדין, "ה' נתן וה' לקח" הערט זיך א געשטיקטע שטימע אינעם מייקראפאן. די טרערן שטיקן מיר ווידער.

ה' נתן... דער אויבערשטער האט געשאנקן א מתנה פארן דור, מיט פינף יאר צוריק ווען דער אור האט אויפגעשיינט אויף די אמעריקאנע אידנטום. א צדיק וואס האט נישט געטראכט פון זיך, נאר תמיד פונעם אויבערשטן און פון זיינע קינדער. ווען מען איז אריין מיט א קוויטל איז מען אלעמאל ארויס מיטן געפיל אז איך בין אויפן רבי'נס הארץ, ער טראכט פון מיר, ער פרעגט זיך נאך אויף מיר, און אלעס מיט אזא אמת'דיגקייט ווי נאר אמת אליין קען זיין.

דער רבי האט ממשיך געווען דעם הייליגן ירושה פון אבותיו לבית סקולען, וועלכע האבן פארקערפערט אין זיך א זעלטענער שילוב פון אהבת ישראל אויפן העכסטן גראד, ביינעזאם מיטן חלק המוסר והוכחה. מיטן גרעסן מאס ליבשאפט האבן זיי זיך נישט צוריקגעהאלטן פון אריינגעבן א מוסר שמועס ווען עס האט זיך אויסגעפעלט, כסדר האבן זיי געהויבן א געשריי אויף די פירצות הדור, און נישט געזוכט צו נושא פנים זיין פאר קיינעם, אלעס איז אבער צוגעגאנגען מיט א נעימות און איידלקייט. דער שטילע געשריי האט געמאנט ביזן טיפסטן חלק אין נשמה.

וה' לקח... אזויפיל מתפלל געווען, אזויפיל געהאפט, אבער מיר האבן נישט זוכה געווען. דער רבי גייט נישט צוליב זיינע חטאים וואס ער האט נישט פארמאגט, דער נפש נקי וצדיק, נאר צוליב אונזערע... מיר האבן נישט זוכה געווען, דער אויבערשטער האט אים גענומען אנשטאט אונז, כי אמת עשית ואנחנו הרשענו.

ארויסגייענדיג פון בית החיים שפירט זיך א אומגעהויערע בענקעניש, מיר ווילן שפירן נאכאמאל א נאנטקייט צום צדיק, מיר ווילן האבן א קשר מיטן אים. לאמיר זיך מקבל זיין צו גיין כאטש אביסל אין זיינע הייליגע דרכים. א שמייכל פאר א איד, אינזינען האבן א צווייטן, נאך א טריט ווייטער פון מכשולות, נאך א קלייניקייט מער אין גדרי קדושה וטהרה, אזויווי דער רבי האט אלס געמאנט און געפאדערט. לאמיר זיך מחזק זיין דערין און דערמיט האבן א שטיקל שייכות און פארבינדונג מיטן צדיק בעולם עליון.

דער רבי איז מער נישט דא, אבער די ליכטיקייט וואס ער האט אריינגעשיינט אין הארץ, וועט אלעמאל פארבלייבן.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: פארטרערטע מחשבות ביים סקולענעם לוויה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

הארציג
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”