Re: ניו יארק סיטי מעיאר פארמעסט 2025 למספרם
די פאקט אז ער האט זיך ארויסגעשטעלט פאר אונז, געהאט אן אפענע אויער, פלאס דאס וואס ער שפילט מעסיגע פאליטיק, איז גענוג סיבה פאר מיר צו וואוטען פאר איהם.
ער איז טאקע ווייט פון די מעיאר וואס איך וואלט לכתחילה געוואלט, אבער איך וויל אז פאליטיקאנטן זאלן וויסן אז אונז זענען א קאמיונעטי פון הכרת הטוב.
ער איז טאקע נישט די שטאטסמאן וואס איך וואלט געוואלט זעהן אין אפיס און א נארמאלע וועלט, אבער זאלן פאליטיקאנטן זעהן אז עס זענען דא וואס ווילן נישט זעהן די פארטיי מער לינקס.
אויב וועט לויפן א עכט גוטע קאנדידאט און די פארמעסט קעגן איהם (נישט א האוגען רעפובליקען) איז דא א טשענס איך זאל טוישן.