איכה ישבה בדד העיר בארא פארק...
איכה ישבה בדד העיר בארא פארק???
ווי אין אן איינגעוואוינטע שטייגער איז דעם זונטאג ווידעראמאל פארשווארצט געווארן די בארא-פארק'ע געסער - מיט א פרישן פלייץ פון טויזנטער צובראכענע און ערשיטערטע געמיטער, וועלכע האבן נאכאמאל זיך געזעגנט מיט אומגעהויערע צער פון א צדיק וקדוש וואס האט פארשיינט דעם מאטעריאליסטישן בארא פארק מיט טהרה ודביקות. אן אבל יחיד האט באנומען דעם גאנצן שטאט באגרייפנדיג אז נאך א דיאמאנט איז אצינד אראפגעבראכן געווארן פונעם בארא פארקער קרוין.
וירב בבארא פארק תאניה ואניה
דער שטאט וואס איז געווען א מוסטער פון א אויסטערלישע עיר מלאה חכמים וסופרים - אן ארט וואו מען האט געקענט ארומוואנדערן און אריינפאלן צו דעם פארצייטישן דמות; זיך ווייקן ביי דעם געוואלדיגן זעלטנהייט; און שעפן ביי יענעם אומטרעפבארן הייליגן ברונעם, איז אזוי שנעל פארוואנדלט געווארן אין א קארגע פאר מאנאטן צו א דורכשניטליכע געווענליכע שטאט ווי אלע אנדערע.
חומת בארא פארק הורידי כנחל דמעה
געוויס איז לא אלמן ישראל, און עס זענען נאך פארהאן לאקאל גוטע אידן וואס פארשפרייטן תורה ויראת שמים בחוצות קריה, אבער אט דאס איז גאנגבאר און טרעפנד איבעראל. עס איז היינט פארווישט געווארן די גאלדענע אויסגעצייכנקייט פון דעם שטאט אלס איינע וועלכע טוט באזיסן די אויסנאמליכע אויסגעארבעטע אידן - וואס זענען דעם דור'ס מנהיגים און טראגן דעם גאנצן כלל ישראל אויף זייערע אויסגעהארעוועטע פלייצעס.
טבעו בארץ שעריה, אבד ושבר בריחיה מלכה ושריה
יציאתן של צדיקים מן בארא פארק עושה רושם:פנה הודה- ווען עס איז אוועקגעריסן געווארן פון אונז דעם פארצייטישן אייגנארטיגן חסיד ופרוש הגה''צ רבי משה וואלפסאן זצוק''ל, וואס איז געווען ווי א טייערער אנטיק און אומשאצבארער אוצר אין דעם היינטיגן וועלט און גשמיות'דיגן שטאט.
פנה זיוה- מיט די פריע הסתלקות פון דעם פייער-פאקל און זעלטענעם פארכטיגן געשטאלט פון הגה''ק רבי שרגא פייבוש האגער מ'קאסוב זצוק''ל, וועלכער האט פארקערפערט אין זיך פילצאליגע אייגנשאפטן, און געשפריצט פונקען פון ליכטיגקייט און ווארימקייט אין די טונקעלע גאסן.
פנה הדרה- מיט די פרישע פריצייטיגע פארלוסט פונעם הייליגן ליבליכן פאסטוך מרן הרה''ק רבי ישעי' יעקב פארטוגאל מסקולען זצוק''ל, וועלכער איז געווען א לייכט טורעם פון קדושה וטהרה באגלייט מיט אן אויסנאמליכע אהבת ישראל און געטריישאפט צום אידישן סטאדע, א פאסטוך וועלכער האט זיך אומגעקוקט אויף זיינע שעף, זיי געפאשעט מיט דביקות זינגענדיג די הייליגע ניגונים, און זיי געפלעגט מיט מסירות נפש'דיגע איבערגעגעבנקייט ווי נאר א צדיק אמת וואס זעט נישט דעם אייגענעם איינגעבראכענעם גוף קען באווייזן.
זקנים משער שבתו בחורים מנגינתם
ווי א לעגענדארע געשעפט וועמענ'ס שילד האט מיט שטאלץ געפלאטערט אויסרופנדיג די מאיעסטעטישע שטאף וואס זי פארקויפט, און מיטאמאל זענען די פאליצעס אויסגעליידיגט געווארן און קענען מער נישט באפרידיגן די קונדן, גענוי אזוי איז די שטאט וועלכע האט סימבאליזירט א ליציטאציע פון די טייערסטע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, און אצינד שטייט זי פארשעמט ווען אירע אמאליגע בארימונגען זענען אומרעלעוואנט און ווערדלאז, נישט האבנדיג קיין דעקונג.
זכרה בארא פארק כל מחמדיה אשר היו מימי קדם
(ווער ווייסט אויב די מאדנע עפידעמיע פון נאכאנאנדע פייער אויסברוכן אין בארא פארק'ס הייזער, איז נישט געווען פילייכט א רמז פון הימל און ווארענונג אויף די זעלישע פייערן וואס וועלן פארלענדן און צונעמען אונזערע הייליגסטע און געהויבנסטע, וכל בית ישראל יבכו את השריפות אשר שרף ה'.)
ויצת אש בבארא פארק ותאכל יסודותיה – באהל בארא פארק שפך כאש חמתו
עס רייסט ביים הארץ ווען אנשטאט ארומלויפן פארסאפעט פון איין רבי'שע שמחה צו דאס אנדערע, אדער זיך יאגן צו דעקן די פארשידנארטיגע טישן, איז מען ליידער פארנומען רעגלמעסיג אין מוצאי שבתות און זונטאג'ס מיטן באגלייטן צום אייביגן רוה די שענסטע רויזן פונעם בארא פארק'ן גארטן.
-שכח ה' בבארא פארק מועד ושבת - נהפך לאבל מחולינו
אין בלויז געציילטע מאנאטן האט בארא פארק ארויפגעשיקט א בית דין פון רבנים לבי''ד של מעלה, דריי קאפיטאנען וואס זענען געשטאנען ביים רודער פון כלל ישראל'ס שיף און איר מאנעוורירט אין די ברויזנדע היינטצייטיגע כוואליעס. און די אלע געשעענישן קומען פאר שטייענדיג קוים א קיילעכיגע יאר זינט דאס הסתלקות פונעם ריינעם בריק צום אמאל, דער הייליגער ראחמיסטריווקא'ער רבי זצוק''ל וואס האט פארשיינט די שטאט מיט זיין פשטות'דיגן אמת פשטות און ריכטיגע ענוה - ארויפברענגענדיג איר ווערד אסטראנאמיש הויך.
-מה אשוה לך ואנחמך בארא פארק כי גדול כים שברך מי ירפא לך
עס איז אויס בארא פארק!!!...
יא, די געשעפטן אויף די דרייצנטע עוועניו פונקציאנירן נאך טאקע מיטן פולסטן שוואונג, און די רייעס שלענגלען זיך ווייטער אן אפשטעל ביי די אויסגעצייכנטסטע עסן געשעפטן, בארא פארק איז די זעלבע אויסערליך און פיזיש, אבער די נשמה און שטאלץ פון בארא פארק איז פארלאשן, עס איז פארגאנגען דעם סימבאל און רום פונעם שטאט אלס וואוינארט פון אויסגערופענע אמאליגע רבי'ס און אויסגעהארעוועטע צדיקים.
הזאת העיר שיאמרו כלילת יופי משוש לכל הארץ
אויב זאל בארא פארק פאררופן אין ליכט פון די ביטערסטע קלעפ אן עצרת התעוררות, וועלן די דריי הויפט בענקלעך פון איר אויבנאן זיין ליידיג און ארויסשרייען דעם אומגלויבליכן חלל וואס איז געשאפן געווארן אין אזא קורצע צייט אפשניט זינט דעם לעצטיגסטן עצרת תפילה.
על בארא פארק ששמם
עס שרייט ארויס מיט די שארפסטע פארבן דעם ''נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל השם'', מיר דארפן זיך צוריקקערן צום באשעפער און תשובה טון, אבער עס רייסט זיך ארויס דעם פיינליכע פראגע 'וואו זענען די וואס זאלן אונז אנווייזן וואס צו פאררעכטן און אויף וואס צו ארבעטן?' אונזערע וועגווייזער זענען אזוי פלוצלינג ארויף אין הימל איבערלאזנדיג תושבי בארא פארק און יעדעס אידיש קינד - וואס האט געהאט אן אפן טיר צוגלייך אין זייערע לויטערע היימען - ווי עלנדע יתומים, ווען נישט בלויז ווערט צוגעגאסן זאלץ צו די אומפארהיילטע וואונדן, נאר באלד דערנעבן ווערט צוגעגראבן נאך א נייער אפענער וואונד, מיטן צולייגן נאך א קבר פון א גדול בישראל ותושב בארא פארק.
ויצא מבארא פארק כל הדרה
--
די נאטורליכע אינסטינקטן זענען געוויס אין אזא מאמענט צו זיך איינקורטשען אין זיך און אויפגעבן, פארברעכן די הענט אין טאטאלע יאוש, און דערקלערן אז עס זענען שוין נישט פארהאן צו וועם צו גיין און זיך דערקוויקן די נשמה. אבער אזא אויסוואל עקזיסטירט נישט אין אונזער לעקסיקאן, פארקערט, אין אזא צוקלאפטע צייט דארף מען נאר שטארקער זוכן און דערשנאפן די איבערגעבליבענע הייפעלע ערליכע אידן און זיך דערהאלטן מיט זיי, ווייל איין טאג -האפנטליך וועט משיח דא זיין בעפאר - וועט מען זיי אויך דארפן באוויינען, און דאן לאמיר נישט אויך מוזן וויינען אויף די פארפאסטע געלעגנהייטן.
ותזנח משלום נפשי נשיתי טובה - זאת אשיב אל לבי על כן אוחיל...