רצון

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

רצון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד



מיין הארץ
נעם עס, צווישן דיינע פינגער
האלט עס, דרוק עס, קוועטש עס
אויס אינגאנצן -
טראפן דערפון וועט, רצון.

מיינע אויגן
קוק טיף, טיף אריין דערין
באטראכט עס, באלייכט עס
קוק, די בליק -
איז פארלאפן מיט, רצון.

מיין זעל
קלויב צוזאם, פון שטיקלעך
ברעקלעך שארבן
קלעב עס, אויפלעב עס
באטראכט, אבער
גיב אכט -
עס קלעבט פון, רצון.

מיין וועזן
נעם ארום, מיט דיינע ארעמס
פיל איר, וויקל איר
איין ארום און ארום
אין דיין ווייעכע, ווארעמע
ענדלאזע -
רצון.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm

Re: רצון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

רצון איט איז.
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
viewtopic.php?t=71272
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: רצון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

שוין גערנישט קיין @ענדע צדיק! !
א געהעריגע אנהייב צדיק!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16565
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: רצון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנע בילד,
וואס גיבט פאר יעדע
פון ענדע צדיק’ס פאיעטע
צו אזוי פיהל

אנע גראם,
וואס גיבט פלוס
דאס הערצעלע צוגיסט
מיט יעדן געפיהל

וואס עס האט יא,
ווערטער טיף
שניידט גראד און שיף
אויף פלעצער וואס נישט געוואוסט איך האב

וואס פעלט קיינמאל
הארץ שפראך
טאלאנט רייך
ענדע צדיק’ס ווערק אין מיין טאג אלץ א צוגאב!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: רצון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יאנאש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 3:07 pm
שקויעך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
בקשר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:41 pm

Re: רצון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקשר »

זאגן פלעגט דער מלמד מיינע
אז דיין רצון ווילן זעהן קען איך
לויט דיינע מעשים טובים דיינע
דיין ריכטיגע ווילן איבערצייגט זיך

ענדע צדיק זיך היילט
שרייב נאך מער שרייב
דיין פעדער דערציילט
אז דו ווילסט זיך געבן א דערהייב
אקעי ביי.. וועלן מיר זיין בקשר שפעטער..
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”