Re: פון 'רבים' צום 'יחיד'!!!
אויב בינעך טאקע אזוי סיריעס ווי דו מיינסט וואלטעך גע'דווח'ט...הר ההר האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 12:46 amוואס באדערט עס דיר? וואס נעמסטו אייוועלט אזוי צום הארץ? יענער טאר נישט האלטן אנדערש ווי דיר? דאס איז זיין כח היחיד. ווארט און זע ווי אזוי עס וועט זיך אויסלאזן. קום צוריק מארגן און אויב עס האט 40 לייקס זאלסטו וויסן אז סאיז דא אן עולם וואס האלט ווי אים. שריי נישט. קיינער האט דיר נישט געביסן.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 12:41 amווען ער וואלט ווען גערעדט אזוי רואיג און איידל ווי דיר וואלט איך מיך ניטאמאל געקימערט.הר ההר האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 12:31 amאמת אמת. אבער די אופן ווי אזוי יעדע דריי מינוט עפענט זיך א פרישע אשכול מיט נאך אן עווערניס, מאכט מיר נערוועז. עס איז א מעטער אף עפיניען. דו קענסט האלטן איין זאך, און איך מעג מיך קריגן.פראפעסאר האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 12:22 amאין די אינגערמאן איז דא א קאלום 'כח היחיד' וואס רעדט איבער ארגאניזאציעס און ביזנעסער וואס זענען געעפנט געווארן דורך יחידים וואס האבן נישט גע'חלומ'ט וואס פאר א מהפיכה זיי וועלן מאכן.
דו ווייסט 'בוני עולם' און נאך אסאך ארגאניזאציעס שטייען נאר וועגן דער יחיד וואס האט מחליט געווען צו טון עפעס.
אבער עפן מיר נישט קיין נעגאטיווע אשכול מיט ווילדע סעקירונגען אויף א זאך וואס שמעקט דיר נישט און וואס ער האט אליינס געטוהן עפענעדיג א פרישן אשכול
און יא, ער קען רעדן ווי שארף ער וויל. עס איז זיין אשכול, און געב אים די פרידאם פון לאזן הערן זיין מיינונג.
אבער יא, כ'האלט באמת אז ס'איז א געפערליכע עולה, וואס קומסטו אריינברענגען נעגאטיוויטי דא אינעם פלאטפארמע אליינס? הגם לכבוש את המלכה עמי בבית? און נאך מיט אזעלכע ווילדע לשונות?
וויפיל מאל דארף מען דאס זאגן? אייוועלט איז נישט דיין פריוואטע אייגנטום! דאס באדייט דעת הקהל. אויב גלייכסטו עס נישט, דאן טשעק נישט אריין דא.
און אויב האלטסטו אז אפילו אזא תגובה מעג געשריבן ווערן, האב איך נאך אויך די רעכט צו האלטן און זאגן אז איך האלט אז ס'איז נישט אין פלאץ.