-
ציטיר
- 5
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך הרב יואל קליין
»
זייער גוט ארויסגעברענגט. ס׳איז אזוי פשוט ווי א פליפ פאון איז פשוט…כרגע איז דא 2 סארטן פאונס וואס איז גדר/משומר עפראווד און ארבייטן מיט די סקייטעק סים קארטל.א ביליגערע Nokia 6300און דיSonim XP-3800ביידע זענען אפיציעל AT&T Unlockedאיך שטיי Pom אויפן קאפ זיי זאלן צולייגן די קערריער קאנפיג צו זייערע פאונס. זיי האבן מיר געזאגט אז נעקסטע פראיעקט איז דאס ביי זיי אויפן ליסט.עס ארבייט אויך מיט אלע קליגע טעלעפאנע. אויב האט איר נישט ליב קיין סאפט פאון עפס קענט איר ניצן א skytek eSIM.די פרייז פאר א סקייטעק סים קארטל איז $20.00מ׳דארף בכלל נישט האבן קיין דעטע פלען עס זאל ארבייטן.די סים קארטל איז א Add-on פיטשער צו א סקייטעק ביזנעס עקסטענשאן. דאס מיינט אז איר דארפט קודם האבן כאטשיק איין יוזער עקסטענשן מיט וואס די סים קארטל זאל ארבייטן.אויב דארפט נישט באצאלן פאר נאך א סעלפאון פלאן צו ניצן פאר אייער אייגענע באניץ, אנשטאט באצאלן פאר טרעקפאון/ווערייזאן/יו עס מאביל, באצאלט איר פאר א סקייטעק סים קארטל וואס איז אונטער AT&T.איר קענט האבן 2 נומבערס דערמיט אונקלודעט אינעם פרייז. ביים ארויסרופן וועט אייביג זיין איינס די דיפאלט נומבער, און די צווייטע דורך דריקן קודם א star code.למשל *7 דערנאך די נומבער וואס איר ווילט רופן, און די קאלער איידי וועט ווייזן די צווייטע נומבער.איך פלאן צו רעקארדירן א ווידיאו און עס ווייזן. און אויך ענטפערן אלע פראגעס. אדרבה, פרעגט, און כ׳וועל עס אדרעסירן בעזר השם.פאר יעצט קען איר ליינען וואס עס ליגט אויפן וועב זייטל.פראגעס און ענטפערס איז אונטן פונעם פעידש. https://www.skytektel.com/sim-plans/
↧ איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected]
. לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!