הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

קעפל: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין
ברדלס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 7:28 pm

איינער לאזט נישט פרעגן?!

פרעג, נו פרעג שוין!

פרעג!

דיין טינס האט זיך פאר א מיסטעיק אויסגעגאסן די לעצטע צען בלעטער.

אבער פרעג שוין...
פון דיי גאנצע טראלעלאציע האסטו סך הכל געקענט ענטפערן...
ברדלס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:29 pm

אמן. וכן למר.
דעטס סעד...

און דאס איז נאכן האלטן אז הבדלה דארף אסערן אייוועלט... מיט גוגל טשעט...

און אויך נעבעך ליינען 10 בלעטער אהן פארשטיין א ווארט...

גם זו לטובה. יעדע מענטש איז אנדערש...

עניוועי, פון מיין זייט איז די דיסקאשען קלאוסד... און לעס דו פלאנסט צו ענטפערן ווי א עדאלט...
אוועטאר
איוואן ראזענבערג
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 12:26 pm

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן ראזענבערג »

ברדלס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:15 pm
איוואן ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:06 pm
ברדלס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 7:32 pm
איוואן ראזענבערג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:52 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:34 pm
@איוואן ראזענבערג קוקט אויס די ביסט נישט באהאוונט אין די מציאות פון מיידלעך אין אפיסעס.

אנעפארטונעטלי זענען רוב מיידלעך אין אפיסעס פונקט ווי אין סקול, זיי האבן נישט קיין דאגה פון געלט אדער ארבעט, זיי זוכן בלויז א באשעפטיגונג וואס צו טון מיטן טאג, און אז זיי האבן טשעט וועלן זיי אטאמאטיש ווערן פארנומען דערמיט מער און מער.

סאו יא, דו ביסטו איר משגיח, דארפסט זיכער מאכן אז זי ארבעט, און זיכער איר נישט צושטעלן וואס צו טון אנשטאט. (ביי אסאך אינגערלייט איז די זעלבע, און טאקע אזא בעה"ב דארף פארמאכן אייוועלט וכדו')

איינער וואס האלט נישט ביים ארבעטן איז עפעס אנדערש, דא רעדט מען נישט פון דעם.
גערעכט! איך גיי מיך אביסל אויסקלארן, דיין משגיחות דארף זיך צו ענדיגן, מיט איר יא אדער נישט ארבעטן. נישט "פארוואס" זי ארבעט נישט. (און צווייטנס, איך מיין אז א בעה''ב דארף נישט משגיחית'ן זיין ארבעטער'ס אידישקייט, אוודאי איז די נושא דא, אנדערש ווייל די טאטעס פארלאזן זיך אויף דיר).
אין אנדערע ווערטער, אויב האט איר א פופציג יעריגער מיט א סמארטפאון פאר אן ארבעטער, רעדט איר נישט אריין, סך הכל זאגט מען אים אז ער דארף ענדיגן זיין ארבעט אז נישט ווערט ער נישט באצאלט, אדער פליט ער. נישט קיין נפקא מיניה וואס די סיבה פארוואס ער ארבעט נישט איז. וואס איך פראביר ארויסצוברענגען איז, אז דאס אז זי ארבעט יא צו נישט איז נישט קיין סיבה, איבערצודרייען אייוועלט בנוגע גוגל טשעט.
איך האף אז ס'אביסל מער אויסגעקלארט יעצט. (און נאכאמאל, איך בין מסכים אז דו טארסט איר נישט צושטעלן)
איך דארף איר אויך צושטעלן אפאר קאמיקס ביכער צו ליינען, און נישט קוקן "פארוואס" זי ארבעט נישט?

ער שטעלט איר צו א מאשין וואס זאל אויפפאפן נאטיפיקעישאנס יעדע צוויי מינוט, און שלעפט אוועק די קאפ פון ארבעט.
מסכים, אבער מיש עס נישט אויס מיט אידישקייט. דאס איז די גאנצע וואס איך שרייב. ווייס די אונטערשייד פון דיין פאזיציע אלס משגיח... עהההה איך מיין באלעבאס.... והמבין יבין.
זיייער פרעספעקטיוו איז אסאך אמאל פון ביזנעס, (איך ווייס אידן וואס נעמען עס נישט אריין אין שטוב וועגן דעם...)

גראדע האבן זיי דאס מאל געשריבן ביידע, אידישקייט פאר טאטעס, און ביזנעס פאר ארבעטסגעבער.
פונקט דאס פראביר איך ארויסצוברענגען, מיש נישט אויס אידישקייט מיט ביזנעס.
זיך היילן איז גרינג, דו דארפסט נאר א רצון און אן אפענע דעת! (אויב האלטסטו אנדערש ביסטו נאכנישט אנגעקומען...)
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:38 pm
און דאס איז נאכן האלטן אז הבדלה דארף אסערן אייוועלט... מיט גוגל טשעט...
דא שטעקט דיין טעות, הבדלה אסר'ט נישט, הבדלה ברענגט אווערנעס.

מאמענט שריבט וועגן דראגס מיט בוליאינג, יונתן שווארץ רעדט פון וויזיטעישנס מיט שידוכים, און זיי פאוקעסן אויף טעקנאליזשי.
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:38 pm
עניוועי, פון מיין זייט איז די דיסקאשען קלאוסד... און לעס דו פלאנסט צו ענטפערן ווי א עדאלט...
ענטפערן אויף וואס? האסט דאך ניטאמאל געפרעגט...

---
יו נאו וואט. דו האסט "געוואלט" פרעגן ווער זיין רב איז.
און אויף דעם האט דיר שוין איינער געענטפערט, אז זיי האלטן אז פאר אווערנעס (מיט א גוטע רעפורטאציע) דארפן זיי נישט ארויסלייגן א נאמען פון א רב/וועד.
זיי פערזענליך האבן ערנסטע מגיהים און א רב וואס קוקט דאס איבער, אבער יענער איז נישט גרייט צו גיין פובליק.
אז דאס איז נישט צופרידנשטעלנד איז דא א גארביזש קען נעבן דיין פאסטקעסטל.

האסט נאך עפעס צו פרעגן? פרעג.
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

הבדלה בליצן #22 | חודש תמוז תשפ"ד
https://drive.google.com/file/d/1iWiPyk ... KMsab/view
(און אלע שונאים זאלן פלאצן...)
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ברדלס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:26 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:38 pm
און דאס איז נאכן האלטן אז הבדלה דארף אסערן אייוועלט... מיט גוגל טשעט...
דא שטעקט דיין טעות, הבדלה אסר'ט נישט, הבדלה ברענגט אווערנעס.

מאמענט שריבט וועגן דראגס מיט בוליאינג, יונתן שווארץ רעדט פון וויזיטעישנס מיט שידוכים, און זיי פאוקעסן אויף טעקנאליזשי.
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:38 pm
עניוועי, פון מיין זייט איז די דיסקאשען קלאוסד... און לעס דו פלאנסט צו ענטפערן ווי א עדאלט...
ענטפערן אויף וואס? האסט דאך ניטאמאל געפרעגט...

---
יו נאו וואט. דו האסט "געוואלט" פרעגן ווער זיין רב איז.
און אויף דעם האט דיר שוין איינער געענטפערט, אז זיי האלטן אז פאר אווערנעס (מיט א גוטע רעפורטאציע) דארפן זיי נישט ארויסלייגן א נאמען פון א רב/וועד.
זיי פערזענליך האבן ערנסטע מגיהים און א רב וואס קוקט דאס איבער, אבער יענער איז נישט גרייט צו גיין פובליק.
אז דאס איז נישט צופרידנשטעלנד איז דא א גארביזש קען נעבן דיין פאסטקעסטל.

האסט נאך עפעס צו פרעגן? פרעג.
ס'האטעך גענומען 24 שעה צו כאפן וואס איך האב געוואלט פרעגן...

געב עס בערך 48 שעה צו כאפן אז איך האב שוין געפרעגט/גענטפערט אויף וואס יענער האט געפרעגט/גענטפערט...

(ביי דע וועי, קענסט אריינשיקן א בריוו צו זיי אז דו ביסט געווען סאך רואיגער ביי די דזשימעיל קראך דאנערשטאג דברים. און ס'פעלט בכלל נישט אויס...)
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7134
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הרים סביב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 5:18 pm
קיאסק2.png
עקל׳דיג שבעקל׳דיג
אני הוא הנער, נער המדבר
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 5:24 pm
הרים סביב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 5:18 pm
קיאסק2.png
עקל׳דיג שבעקל׳דיג
ס'נישט פון די בליצן
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 5:24 pm
הרים סביב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 5:18 pm
קיאסק2.png
עקל׳דיג שבעקל׳דיג
ממש עקל׳דיג שבעקל׳דיג? איין מאל נישט גענוג?
הגם, דאס איז נישט פון הבדלה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7134
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

Kosher Travel האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 9:41 am

געדארפט ווען שרייבן נאך עטליכע מאל. א מין צודרייטע מצב געווארן, מ׳נעמט די וויכטיגקייט פון מעורר זיין און מוסר׳ן אריינצוקריכן אין יענעמס קישקעס, כאילו דו ביסט אחראי אוועקצונעמען יענעמס בחירה. געב מיר איין נאמען פון א ספר אדער א גדול וואס האט גענוצט אזא מהלך צו שטעלן אנדערע אויף די פיס! נאר איין נאמען?

אפשר הייבט מען אן ארומגיין אויף די גאסן אויספרעגן מענטשן וויאזוי זייערע מחשבות לויפן דורכ׳ן טאג? וויפול ראיות אסורות אין די פריעדיגע מעת לעת? וויאזוי האבן זיי געשפירט בשעת מעשה? וויפול מאל האבן זיי געשריגן אויף די קינדער? ווילאנג האט עס גענומען ביז זיי האבן זיך בארואיגט? וויאזוי איז זייער פריוואטן לעבנסשטייגער? זייער פרישות? וויפול מאל האבן זיי אויסגערעדט ביים לערנען?

ווילסט נאך שאלות? איך דארף דיר, געזונטע בר דעת, מסביר זיין ווי שלעכט אזא מהלך איז? ביסט עפעס אן אפוטרופוס פארן רבוש״ע? דאס מיינט מוסר?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:21 am

ר’ @בניהו עס איז א שאד די שפייעכטס.

דא איז פארהאנען א יסודות’דיגע מיינונגס פארשידענהייט

בעת וואס כלל ישראל קוקט אן די מצב בערך אזוי:

מען האט זיך דערזעהן אין א פראבלעם אז די וועלט פון טעקנאלאדזשי האט אנגעהויבן ברעכן א חומה און עס האט זיך אויסגעפעלט די הוראה פון גדולי ישראל.

די הוראה פון גדולי ישראל איז נישט קיין תורה חדשה עס שטומט פון אלע זייטן פשוטע הלכות פון אונזער אלטע תורה

די גדולי ישראל זענען געקומען און אוועק געשטעלט כללים, נישט צו האבן אינטערנעט אינדערהיים, נאר פאר די ארבעט, נישט צו האבן אינטערנעט אן א פילטער.

קיינער האט נישט קיינמאל געזאגט אז נאכדעם איז אן עולם השלם, ניין מען דארף זיין ווייטער אפגעהיטן אויפן טאג טעגליכן לעבן. פונקט ווי אינעם ריעל וועלט, אזוי אינעם ווערטואלען וועלט די זעלבע באשעפער מיט די זעלבע תורה, די זעלבע יצר טוב, און די זעלבע יצר הרע.

ווען מען גייט צו די ארבעט, דארף מען זיך אפהיטן די אויגן, אכט געבן מיט וועם מען חבר׳ט זיך , וואס מען רעדט, סיי פעיס טא פעיס סיי ווערטואל, די פילטערס לייגט מען נישט צו הרג׳נען די יצר הרע, נאר צו פארמאכן דאס וואס מען קען פארמאכן, ווי די רבנן האבן געהייסן, והשאר על האדם להזהר

קיינמאל האט דער יחיד נישט גענומען זאכן שווארץ אויף ווייס, און יעדער פאר זיך האט פארשטאנען צו וויפיל עקספויזשער ער וויל זיין אויסגעשטעלט, עס איז געווען א מאן וואס האט געארבעט אלץ מלמד, כלי קודש, א צווייטער האט ענדערש געארבעט און א ווערהאוז ווי א גראסערי, ווי עס דרייען זיך ווייניגער פרויען, וכו׳ יעדער מיט זיינע לעוועלס, מיט זיין יצר הרע, יעדער האט געוויסט פאר זיך וואס מען האט צוטוען, און יענעם׳ס החלטות האט נישט קיינעם אויסגעמאכט.
כאטש ווען מען האט געקוקט אויף א מענטש בכללות האט מען געקענט אפלערנען זיין יראת שמים און פארשטיין צו וואס ער מאכט געוויסע החלטות, דהיינו צו ער האט גענוצט דעם טרעין ווייל ער האט יעצט אויף די מינוט נישט געהאט א צווייטע וועג, אדער ווייל ער ניצט עס לכתחילה וכו׳ דאס האט אבער באלאנגט צו א געוויסע טיפ וואס גלייכט צו אפלערנען יענעם.

אווערנעס ווערט געטוען פונקט ווי אמאל, למשל ווען א רב האט באמערקט עפעס וואס איז אסור, האט מען געמאכט א קול קורא, געהאנגן און שטאט, און מען האט עס געזאגט ביי די דרשות, אויב האט מען באמערקט א חוסר זהירות אז מענטשן ווערן נכשל דורך עפעס האט מען פלעין געזאגט און מאמע לשון אז די זאך דארף זהירות.

דערנאך זענען פארהאנען אנדערע וואס האבן א צווייטע בליק אויף די נושא

אז זיי האבן פארשטאנען אז די פילטערס איז געמאכט צו אפהיטן פון יעדע מעגליכע מכשול, אדער אדיקשאן, און אויב א פילטער היט נישט אפ אויף א געוויסע אויפן פון עפעס א געוויסע איסור דאן איז עס אפילו נישט קיין פילטער. און אויב איינער פילט אז פאר זיך קען ער זיך נישט ערלויבן א געוויסע לעוועל פון עקספאוזער, מיינט עס אז מען דארף דאס אסר׳ן

דאס איז לכאורה א טעות, ווייל אויב דאס איז א פילטער פארשטיי איך נישט וואס איז שלעכט מיט אינטערנעט אינדערהיים. אבער עס איז זיכער פארהאנען וואס האבן אזוי אפגעלערנט.

יעצט ווען עס קומט צו אווערנעס, דארף ער מאכן אווערנעס אויף דעם וואס ער פארשטייט.

די פועל יוצא פונעם צווייטן געדאנקן גאנג

בעת וואס אנשטאט צו מאכן אווערנעס, אז דער וואס ניצט אינטערנעט זאל כסדר האבן משנה זהירות, מאכט ער אווערנעס אז די פילטער סאלווד נישט א געוויסע פראבלעם. און מיט דעם "דעקט ער אויף" אז עס "טויג נישט"
אנשטאט צו זאגן "דא דארפט איר נזהר זיין" פארבט מען א בילד "דא ווערט דער עולם נכשל, און מען שפילט אויס דעם סיסטעם" ווייל לויט אים איז דאך דער סיסטעם געשטעלט דאס צו פארהיטן, און דער ציבור וואס ניצט עס בזהירות נאכן זיין אויפמערקזאם אז מען דארף זיין נזהר, ווערט דאדורך אפגעפארבט אלץ נכשלים במזיד/בשוגג

עס האט נאך אומדירעקטע אפעקטן אויף די מהלך המחשבה פון א היינטיגן אינגערמאן נאכן נכשל ווערן, ווערט ער ממש פארקריפלט, נישט וויסנדיג מה חובתו בעולמו, דאס וועל מיר לאזן פאר אן אנדערס מאל.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7134
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

דברים של טעם
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:21 am
Kosher Travel האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 9:41 am
בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 5:24 pm
הרים סביב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 5:18 pm
קיאסק2.png
עקל׳דיג שבעקל׳דיג
ממש עקל׳דיג שבעקל׳דיג? איין מאל נישט גענוג?
הגם, דאס איז נישט פון הבדלה.
געדארפט ווען שרייבן נאך עטליכע מאל. א מין צודרייטע מצב געווארן, מ׳נעמט די וויכטיגקייט פון מעורר זיין און מוסר׳ן אריינצוקריכן אין יענעמס קישקעס, כאילו דו ביסט אחראי אוועקצונעמען יענעמס בחירה. געב מיר איין נאמען פון א ספר אדער א גדול וואס האט גענוצט אזא מהלך צו שטעלן אנדערע אויף די פיס! נאר איין נאמען?

אפשר הייבט מען אן ארומגיין אויף די גאסן אויספרעגן מענטשן וויאזוי זייערע מחשבות לויפן דורכ׳ן טאג? וויפול ראיות אסורות אין די פריעדיגע מעת לעת? וויאזוי האבן זיי געשפירט בשעת מעשה? וויפול מאל האבן זיי געשריגן אויף די קינדער? ווילאנג האט עס גענומען ביז זיי האבן זיך בארואיגט? וויאזוי איז זייער פריוואטן לעבנסשטייגער? זייער פרישות? וויפול מאל האבן זיי אויסגערעדט ביים לערנען?

ווילסט נאך שאלות? איך דארף דיר, געזונטע בר דעת, מסביר זיין ווי שלעכט אזא מהלך איז? ביסט עפעס אן אפוטרופוס פארן רבוש״ע? דאס מיינט מוסר?
Let's try again. Slowly, with an open mind.

ממש עקל׳דיג שבעקל׳דיג ? איין מאל נישט גענוג?

איך האב נישט ליעב זייער אויסגאבע (מען רעדט נישט פון הבדלה, דאס האב איך זייער ליעב).

איך האב נישט ליעב עקסטרעימע מענטשען, און דאס אנרופן אידן "סמארטיסטן", און מאכן א חלוקה. לפי עניית דעתי זענען זיי אביסעלע עקסטרעים.

פון די אנדערע זייט, די פראבלעמען אויף וואס זיי זענען מעורר זענען אויך עקסטרעים. מען דארף זיי נישט מער פיינט האבן פון די פראבלעמען אויף וואס זיי זענען מעורר, און אוואדאי נישט פיינט האבן אויף אן עקסטרעימער וועג. און אויב שוין יא באשייגעצען "עקעלדיג", איז איין מאל נישט גענוג? עס איז ממש אזוי עקעלדיג ווי עבירות?

האב איך א חבר, א ריכטיגע קובע עיתים לתורה בוקר וערב, אן ערענסטער בעל הבית, רעדט נישט ביים דאווענען, עוסק אין צדקה צוועקען, און שעלט שומרים קארטלעך. מחוצפים, עזות פנים'מער, וויאזוי קענען זיי זאגן פאר קינדער אז איך בין א סמארטיסט און א שייגעץ ווען איך האב א סמארטפאון נאר לצורך פרנסה מיט א גיטע פילטער וויאזוי מיין רב האט גע'פאסקענט! און איך פארשטיי אים און ער האט א טענה. אבער.
אבער.
אבער.
זיין חשובער רב האלט און איין מעורר זיין מען זאל נישט ארויסנעמען א טעלעפאון אין ביהמ"ד, עכ"פ נישט בשעת מען דאווענט און לערענט, אפילו א כשר'ע פליפ פאון. ער בעט זיך, מוזט נעמען אבער מאכן א קאל, טו עס אין האלוועי. אבער אונזערע באמת חשוב'ע בעל הבית מיינט אז נישט אים מיינט אים. און זיין חשובע רב האלט אויך אז וואטסאופ איז א ענרענסטע פראבלעם, און עכ"פ מען זאל עס נאר נוצן פאר ביזענס, נישט פאר סתם. און ער האלט אן א גרופע אין דעם ביהמ"ד. היתכן? און ניין, איך מיין נאך נישט אז ער איז א שייגעץ. אבער די "העיט" די "קאנטעמפט" וואס ער האט אויף שומרים קארטלעך (וואס איך האב נישט אזוי ליעב), איז ממש נישט צום פארשטיין, און עס קומט ווייל מען "העיט" דעם מעסעדזש.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7134
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ממש דאס איז דיין טעות. מ׳העיט נישט די מעסעדזש, נאר די מעסענדזשער, און ווען די מעסענדזשער איז פארדארבן ווערט זייער שווער צו מקבל זיין את האמת. חז״ל האבן דאס שוין אונז קלאר געמאכט.

די מערכה איז געווארן פון די יצר הרע אקעגן די אידן, צו א מערכה פון מדות משחתות אקעגן תאוות עולם הזה. צא ובדוק.

דאס איז בכללות בנוגע יענע מערכות. מיין רעגעניש יעצט איז געקומען אבער פון עפעס אנדערש. ווי @יוד אלף האט עס גוט צולייגט, דהיינו דאס נעמען די מערכה צו א שטאפל אז יענעמ׳ס בלוט ווערט הפקר ווייל דו (נישט חלילה דו) ווייסט פאר א פאקט (געבויעט עפ״ר לויט די אייגענע שוואכקייטן און דורכפעלער, כידוע..) אז יענעמס גדרים זענען זיכער לויז און יענער איז פון לאנג א שייגעץ, און דיין מיסיע יעצט איז אויפצודעקן זיין בלאף.

איינמאל דו ביסט איבערצייגט אז יענער איז א האלבע גוי, איז דאך א מצווה אים אפירצונעמען און די קרייץ פארהער איבער זיין באנוץ פונעם קאמפיוטער אידאך ממש לשם שמים.
אני הוא הנער, נער המדבר
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 5:21 pm
ממש דאס איז דיין טעות. מ׳העיט נישט די מעסעדזש, נאר די מעסענדזשער, און ווען די מעסענדזשער איז פארדארבן ווערט זייער שווער צו מקבל זיין את האמת. חז״ל האבן דאס שוין אונז קלאר געמאכט.

די מערכה איז געווארן פון די יצר הרע אקעגן די אידן, צו א מערכה פון מדות משחתות אקעגן תאוות עולם הזה. צא ובדוק.

דאס איז בכללות בנוגע יענע מערכות. מיין רעגעניש יעצט איז געקומען אבער פון עפעס אנדערש. ווי @יוד אלף האט עס גוט צולייגט, דהיינו דאס נעמען די מערכה צו א שטאפל אז יענעמ׳ס בלוט ווערט הפקר ווייל דו (נישט חלילה דו) ווייסט פאר א פאקט (געבויעט עפ״ר לויט די אייגענע שוואכקייטן און דורכפעלער, כידוע..) אז יענעמס גדרים זענען זיכער לויז און יענער איז פון לאנג א שייגעץ, און דיין מיסיע יעצט איז אויפצודעקן זיין בלאף.

איינמאל דו ביסט איבערצייגט אז יענער איז א האלבע גוי, איז דאך א מצווה אים אפירצונעמען און די קרייץ פארהער איבער זיין באנוץ פונעם קאמפיוטער אידאך ממש לשם שמים.
פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז די אינטעריוו מיט'ן יונגערמאן וואס קומט ארויס פון קיאסק איז עכט אפגעראכטן געווארן...
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

בס"ד
איך וויל זאגן מיין בליק וויאזוי ”הבדלה” קוקט אויס לויט מיין בליק. און איך זוך נישט אויפצוקלערן קיינעם. איך וויל נאר מחזק זיין די אידן וואס פארשטייען די זעלבע ווי מיר.

עס האט מיר גענומען א לאנגע צייט צו דורעכטראכטן פארוואס איך בין נישט עקסיידעט פאר הבדלה.. גלייך אנהייב האט עס טאקע געסאונדט פאר מיך עכ"פ אז דעי גליון איז בוודאי נאר ריווח. ווייל וואס קען שוין זיין? סך הכל זאגן זיי דעם אמת אין פרצוף אריין, אז עס איז דא אינטערנעט און פראבלעמען און מען דארף זיך דערווייטערן פון די מענטשן און פון זייערע מעשים. נו, וואטס ראנג?

אסאך איז דא צו שרייבן, אבער בקוצר אמרים וועל איך מסביר זיין: גאר אסאך ערליכע אידן זענען מקושר צו צדיקים און רבנים, רבי’ס, מנהיגים, מורי דרך וכו’. און זיי פאלגן אלעס און טוען פונקטליך ע"פ דעת תורה. און עס קען זיך דאכטן אז אונז לעבן אין א אויסגעארבעטע דור וואס וויל נישט קיין גשמיות און חומריות.. ניין. אונזער גוף ציעט טאקע אונז צו הגשמה און עבירות, אבער היות אונז זענען זוכה צו פאלגן רבנים וואס זיי געבן אונז אריין א חיות אין עבודת השם און נישט נאר יראת השם, נאר אויכעט אהבת השם און חיזוק. ממילא ווען דער רב אדער רבי (יו נעים איט) זענען מעורר אויף א פירצה אדער נוצן די שטעקן איז עס אנגענומען ביי יעדע קלוגע נארמאלע מענטש. ווייל אזוי ארבעט עס. א אויער הערט נישט נאר אויס מוסר.. עס גייט נישט אזוי. בדומה וואס די גמרא זאגט אין ברכות אז ’כל מי שיש בו יראת שמים דבריו נשמעים’, איי עס שטייט דאך קבל את האמת ממי שאמרו, אבער די מציאות איז אז מענטשן וועלן נישט הערן פון איינער וואס האט נישט אליינס קיין יראת שמים. מוסר הער איך שוין פון גענוג מענטשן. נאר א רבי אדער א משפיע וכו’ וואס רעדט אסאך דרשות א יאר פון חיזוק געפלאכטן מיט יראת שמים, וועלן די חסידים אטאמאטיש צוהערן צום הושענה רבא דרשה, משא"כ די הבדלה אויסגאבע איז נאר א הושענה רבא דרשה... און ניטאמאל דעיס.. ווייל הושענה רבא רעדט מען כאטש אז דער באשעפער איז מוחל די עבירות און מען דארף תשובה. אבער זיי רעדן נאר די חלק המוסר...
און פארדעם הערט זיי קיינער נישט אויס.
בלעימען זאלן זיי זיך אליינס.

יעצט וועסטו מיך טרעפן איינער וואס לכבוד הבדלה האט ער אויפגעגעבן א כלי, פיין. עס איז דא אזא זאך אויכעט. און אשרי להם! אבער אונז אידן וואס ליינען נישט די גליון און פאלגן רבנים, זעמיר גארנישט אונטערשטעליג נאר פארקערט אונז זענען די סטאבילע.
די וואס בויען זייער אידישקייט מיטן ליינען גיליונות אויסגאבעס און קול קורא’ס, האבן טאקע אזא פנים פון א קול קורא...

און די טענה אז למעשה אנדערע צייטונגען פארקויפן אויך השקפה און פון זיי רעדט קיינער נישט.. ס’נישט פעיר.. איז קודם כל ס’יא דא אזעלכע וואס האקן שוין אויף זיי.. איינע פון דעם איז עפעס א אויסגאבע אידישקייט... אבער ערנסט גערעדט, דיין גאנצע השקפה איז געבויעט אן קיין אפציעלע חותם? ריכטיג אז אנדערע צייטונגען פארענטפערן זיך נישט, ווייל יעדער ווייסט זייערע פראבלעמען, און יעדער האט שוין זיין מיינונג דערויף.. אבער דו קומסט אראפשטעלן גדרים וסייגים פאר כלל ישראל. און גאנץ כלל ישראל זאל זאגן פאר הבדלה נעשה ונשמע ווי ביים בארג סיני?

און פאר די וואס זאגן אז קבל את האמת ממי שאמרו, וואס איז דען חילוק ווער עס איז? סאו פון וועמען פארלאנגסטו ער זאל מקבל זיין דיינע ווערטער? פון דעם מגושם? פון דעם שייגעץ?
אוועטאר
גליקליכע אינגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:54 am

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע אינגערמאן »

כל הכבוד!!
די בעה"ב פון RCUK די גרעסטע אידישע סעלפאון געשעפט אין לאנדאן געבט אויף זיין סמארטפאון
https://drive.google.com/file/d/1qTsG01 ... 29qlb/view
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
פיאקער
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

נעווער סעי: נעווער סעי נעווער...
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: הבדלה "בליצן" חודש'ליכע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

ווי מען שטייט אויף די וועלט
Screenshot 2024-09-11 160225.jpg
Screenshot 2024-09-11 160225.jpg (39.89 KiB) געזען 257 מאל
איך וויל זיין א פשוט'ער איד
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”