די שליסלעך צום ווייסן הויז

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

סטיטשינער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:24 am
קלאר און מאטאמטיש מיט א שכל הישר ווי נאר בבקשה קען.

איבער דיין נקודה איבער די צאל דאטא פוינטס בין איך מחולק, ווייל אנדרערש ווי סתם סטאטיסטיקס, זיינע פוינטס האבן א סברא'דיגע הסבר און לאגישע פארבינדונג אינטער יעדער איינס פון זיי. למשל בעלמא, אויב איינער גייט אריבער אויף רויט, און אויך קומט א קאר צו פליען, און זיינע ברעיקס ארבעטן נישט, איז 100 פראצענט זיכער אז ער גייט ווערן איבערגעהאקט, דארף מען נישט האבן מער ווי צוויי דאטא פוינטס דעס אויפצוווייזן אלץ פאקט. די משל איז טאקע ווייט, אבער די פוינט איז די זעלבע. ער דארף נאר וויסן וועלכע פאקטארן זענען די הויפט פאקטארן וואס מאכן די מערסטע אויס, און אויף דעם איז 37 מער ווי גענוג.

דעס וואס דו שרייבסט אז עס איז נאר באזירט אויף די פאפולער וואוט איז מיר א שטארקע חידוש. אויב אזוי איז די גאנצע מעשה סתם אזוי גארנישט ווערד, ווייל יעדער איז מודה אז העריס נעמט די פאפולער וואוט.
בנוגע די סטאיטיסטיק, יא אסאך פון זיינע זאכן מאכן סענס, אויף דעם האב איך געשריבן אז איך דארף נישט עכט קיין מקור אז ווען די עקאנאמיע גייט גוט איז דאס א גוטע צייכן פאר די אינקאמבענט, און ווען נישט איז עס א שלעכטע זאך, אבער נישט זיין גאנצע מאדעל מאכט סענס, למשל, ער זאגט אז א דריטע פארטיי וועט אלעמאל שאטן פאר די אינקאמבענט, נישט קיין חילוק טאמער ער איז מער גענויגט צו די אינקאמבענט, אדער מער גענויגט צום קעגנער, און דאס איז נישט א זאך וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל, וואלט ער ווען געהאט 100'טער דעטע פוינטס, וואלט ער מיר געקענט ווייזן מיט סטאטיסטיק אז ס'איז אזוי, אבער מיט שכל אליין זאג איך נישט אזוי.

נאך א זאך, לדעתו איז מעידזשער פאליסי טויש אלעמאל א טובה פאר די אינקאמבענט, און לדעתי ווענדט זיך עס טאמער די עולם גלייכט די טויש צו נישט, למשל לדעתו האט אבאמאקעיר געהאלפן אבאמא, און איך האלט אז עס האט עם געשאט, מיט אסאך דעטע פוינטס, וואלט ער מיר געקענט דאס אויפווייזן דורך סטאטיסטיק, און דאס האט ער נישט.
שמעון משה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 9:49 am
@בבקשה יו דיט איט!

האסט עס געוואלדיג קלאר דעליווערט.

וויאזוי דו פירסט אויס אז ס'איז נישט קיין הונדערט פראצענט פאראויסשאצונג.. אוודאי איז גארנישט הונדערט פראצענט, די פאולס איז נאך ווייניגער גערעכט מיטן פאראויסשאצן, אבער איז נאכאלץ א גוטע פאראויסשאצונג. כ'זעה נישט פארוואס מ'דארף אים אוועקמאכן מיטן ארויסברענגען אז ס'איז נישט הונדערט פראצענט.
מיין אויספיר איז ער איז גארנישט בעסער ווי סיי וואס פאר א פונדעמענטעל אנאליז, און דאס וואס ער איז "בעסער" פון זיי, איז נאר צוליב ער איז געווארן אביסל לאקי, און ער איז נישט בעסער פון די אנקעטעס, ער האט פאראויסגעשאצט 8 פון 10 ניצנדיג די אמת'ע מאדעל באזירט אויף היסטארישע "דעטע", און די אנקעטעס האבן ריכטיג פאראויסגעשאצט 9 פון 10 (איך רעד פון די פאפולער וואוט, נישט די עלעקטארעל), מילא זעה איך אז אנקעטעס זענען בעסער פון עם, נישט ערגער.
א צווייטע מיך האט געשריבן:
ער זאגט אז נאך די יאר 2000 עלעקשען אנזעץ געטוישט זיין מאדעל אז עס זאל ארייננעמען די עלעקטארעל געווינס אויך.

פרעג מיך נישט וויאזוי... ווייל די שליסלען זענען געבליבען די זעלבע, באט....
די מיינסט נאך די 2016 וואלן, ווייל נאך די 2000 וואלן איז ער געווען פריילעך אז ער האט ריכטיג פאראויסגעשאצט די פאפולער וואוט. און ער איז א שקרן במילתא דעבידא לגוליי, ער האט געשריבן צענדליגער ארטיקלען אז ער שאצט בלויז פאר די פאפולער וואוט נישט די עלעקטארעל, און אויך איז זיין היסטארישע דעטע באזירט אויף פאפולער נישט עלעקטארעל, ועוד, נניח אז ער האט יא געמאכט א נייע מאדעל פאר 2016 וואס שאצט בלויז עלעקטארעל, דאן איז זיין נייע מאדעל נאר גערעכט 2 פון 2. ער קוקט אן זיינע פרידיקעשנס אזויווי זיינע שליסלען, מען קען דרייען מיט די צונג אהין און צוריק.
אוועטאר
Presidential Estates
שר האלף
תגובות: 1123
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: די שליסלעך צום ווייסן הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

א צווייטע מיך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:45 am
ווילן ווילסטו האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:35 am
סטיטשינער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 8:24 am
קלאר און מאטאמטיש מיט א שכל הישר ווי נאר בבקשה קען.

איבער דיין נקודה איבער די צאל דאטא פוינטס בין איך מחולק, ווייל אנדרערש ווי סתם סטאטיסטיקס, זיינע פוינטס האבן א סברא'דיגע הסבר און לאגישע פארבינדונג אינטער יעדער איינס פון זיי. למשל בעלמא, אויב איינער גייט אריבער אויף רויט, און אויך קומט א קאר צו פליען, און זיינע ברעיקס ארבעטן נישט, איז 100 פראצענט זיכער אז ער גייט ווערן איבערגעהאקט, דארף מען נישט האבן מער ווי צוויי דאטא פוינטס דעס אויפצוווייזן אלץ פאקט. די משל איז טאקע ווייט, אבער די פוינט איז די זעלבע. ער דארף נאר וויסן וועלכע פאקטארן זענען די הויפט פאקטארן וואס מאכן די מערסטע אויס, און אויף דעם איז 37 מער ווי גענוג.

דעס וואס דו שרייבסט אז עס איז נאר באזירט אויף די פאפולער וואוט איז מיר א שטארקע חידוש. אויב אזוי איז די גאנצע מעשה סתם אזוי גארנישט ווערד, ווייל יעדער איז מודה אז העריס נעמט די פאפולער וואוט.
קוקט בכלל נישט אויס ווי העריס מאכט די פאפולער וואוט
Screenshot 2024-09-11 083503.png
לאמיר זיך נישט נער'ן.... טראמפ זאל געווינען די פאפולער וואויט איז די זעלבע טשענסעס ווי ראבינסאן זאל געווינען נ"ק גאווערנאר...

אבער וואס יא @סטיטשינער ווי מען האט שוין כמה פעמים גערעדט, זאגט ער אז ער האט נאך די יאר 2000 עלעקשען אנזעץ געטוישט זיין מאדעל אז עס זאל ארייננעמען די עלעקטארעל געווינס אויך.



פרעג מיך נישט וויאזוי... ווייל די שליסלען זענען געבליבען די זעלבע, באט....
אפשר די מהלך החלוקה...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”