קול קורא במדבר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

נחני בדרך אמת
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 am

קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחני בדרך אמת »

מדבר סיני, ר"ח אלול ב' אלפים תמ"ח

דער פרימארגן האט נאך נישט אויפגעשיינט אבער אין מחנה ווירבלט שוין. אויסגערוטע מענער קלייבן די פרישע מן, און די תלמידי חכמים לערנען שוין אינעם בית המדרש געצעלט. די ותיקין אידן יאגן זיך צום דאווענען און דא-דארט זעט מען א איד מיט א האנטוך אויף די פלייצע לויפן כאפן א טבילה אינעם בארה של מרים.

פלוצלינג האט א שארפער קול פון א שופר דורכגעשניטן די לופט.

א טויט-שרעק האט זיך אראפגעלאזט אין מחנה. וו-וואס גייט פאר? א מלחמה?..

"משה עלה להר!"

דער שרעק האט זיך געטוישט צו א צומישעניש. וואס איז פשט פון אזא כרוז? יעדער ווייסט אז משה גייט היינט ארויף צו ג-ט, צו מקבל זיין ג-ט'ס געבאטן נאכאמאל.

פון מויל צו אויער האט זיך ארומגעדרייט דער ערקלערונג וואס דא גייט פאר: משה רבינו האט באפוילן צו בלאזן מיטן שופר צו דעמאנסטרירן די צייט וואס ער גייט ארויף אין הימל, כדי אלע זאלן וויסן ווי אזוי צו רעכענען ריכטיג די פערציג טעג. זאל זיך חלילה נישט איבערשפילן דער זעלבער טעות ווי פאריגעס מאל, ווען ס'האט זיך ליידער געענדיגט מיט אן עגל.

שטייט דארט חנניה און פילט א ווייטאג אין הארצן. קוים נעכטן איז משה רבינו צוריקגעקומען מיט די גינסטיגע בשורה אז ג-ט איז גרייט צו פארגעבן און אריבערמישן א פרישער בלאט. די עגל-דינער האט מען שוין פון לאנג הינריכטעט און די אידן האבן פערציג טעג עוסק געווען בתשובה ותיקון המעשים. וואס פעלט יעצט אויס צו אויפרייסן דעם וואונד און נאכאמאל דערמאנען אונזער פאטאלער טעות? אנשטאט זיך צו טינקען אין ווייטאג אויף דעם דורכפאל לאמיר ענדערש זיך פאַרנעמען מיט תורה און מעשים טובים.

"חנניה'לע," שפירט ער פלוצלינג זיין טאטנס ווארעמער האנט אויף זיין פלייצע, "אפילו מיר האבן שוין אנערקענט אונזער זינד און תשובה געטאן, מוזן מיר אבער שטענדיג זיך דערמאנען אונזער דורכפאל, אפילו עס טוט אזוי וויי. אויב וועלן מיר פארגעסן דערפון קענען מיר זיך נאך צוריק טרעפן אינעם זעלבן זומפ. נאר דורכן האלטן אונזער טעות פאר די אויגן, און זיך מצער זיין און חרטה האבן דערויף, וועלן מיר האבן כח זיך צו דערהאלטן בשעת נסיון.

"אונזער יעצטיגער ווייטאג ביים זיך דערמאנען די זינד האט א ציל. דאס וועט אונז העלפן זיין שטארק ווען דער יצר הרע וועט אונז ווילן פארדרייען א קאפ. מיר טארן נישט פארגעסן דערפון אויך ווען מיר זענען אזוי דערהויבן!"


*

חודש אלול תשפ"ד

"נְחֵנִי" שטייט אין ביהמ"ד איינגעהילט אינעם טלית, און זאגט די הארציגע ווערטער פון 'על כן נקוה'.

פלוצלינג הערט ער א שארפער תקיעה פונעם שופר וואס שניידט אריין אין זיין הארץ.

נחני'ס הארץ ווערט פארקראמפט. ער זוכט זיך צו באשיצן פונעם שרעק-ווארפנדן קול, ער וויל נישט פילן דעם מאָנענדן פחד אין הארץ. ער וויל ענדערש זיך דערהייבן מיט די הייליגע ווערטער פון לדוד ה' אורי, "כי יצפנני בסוכו ביום רעה, יסתירני בסתר אהלו, בצור ירוממני..."

פארוואס דארף מען מיר דערמאנען מיינע זינד? איך וויל נישט געדענקען מיינע אומאנגענעמע דורכפעלער. איך בין שוין נישט דארט און איך וויל נישט צוריקגיין. איך וויל זיך הייבן און דערנענטערן צום אייבערשטן, פילן קדושה און העכערקייט. ס'טוט מיר וויי צו טראכטן פון עבירות וואס איך וויל סייווי נישט איבערטון.

"נחני'לע," הערט ער פלוצלינג דעם קול פונעם יצר טוב, "איך בעט דיר, עפן דיין הארץ און נעם אריין דעם קול פונעם שופר. פיל דעם פחד אין אלע ביינער. דערמאן זיך וואס דו האסט געטון און פיל דיין ווייטאג דערויף. דו מוזסט געדענקען דיינע מעשים, כדי דו זאלסט קענען זיין שטארק בשעת נסיון.

"ווי מער דו וועסט יעצט האלטן דיינע דורכפעלער פאר די אויגן, אלס שטערקער וועסטו זיין ווען דער יצר הרע וועט זיך צוריקנעמען איבער דיר. כ'בעט דיר, טו וואס ס'איז ריכטיג, אפילו ס'טוט דיר אזוי וויי!"

און נחני'לע פארמאכט זיך די אויגן, און נעמט אריין אין הארץ דעם מאנענדן קול שופר.

אוי טאטע, איך האב געזינדיגט פאר דיר.

איך האב געקוקט וואו מ'טאר נישט, כ'האב געטראכט וואס מ'טאר נישט, כ'האב געטון וואס מ'טאר נישט.

אבער ס'טוט מיר וויי אז כ'האב עס געטון.

טאטע! ביז היינט בין איך נישט געווען וואויל. פון היינט און ווייטער גיי איך שוין זיין וואויל.

זיי מיר מוחל טאטע, פארגעב מיר. העלף מיר אז איך זאל מער נישט טון וואס דו לאזסט נישט. רייניג מיין הארץ פאר דיר.

באגלייט מיר אינעם ריכטיגן וועג, אינאיינעם מיט דיין גאנצן פאלק ישראל. רייניג אונז און הייליג אונז, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו הערן פון דיר:

​"סלחתי!"
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
דו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.
נחני בדרך אמת
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 am

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחני בדרך אמת »

געשריבן לויט דעם טור סימן תקפ"א

"תניא בפרקי דר״א (פרק מ"ו), בר״ח אלול אמר הקב״ה למשה עלה אלי ההרה, שאז עלה לקבל לוחות אחרונות, והעבירו שופר במחנה משה עלה להר, שלא יטעו עוד אחר ע״ז. והקב״ה נתעלה באותו שופר, שנאמר עלה אלהים בתרועה וגו'. לכן התקינו חז״ל שיהיו תוקעין בר״ח אלול בכל שנה ושנה, וכל החודש, כדי להזהיר ישראל שיעשו תשובה, שנאמר אם יתקע שופר בעיר [ועם לא יחרדו]."
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4509
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מאסיוו!!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אוי רבש"ע, @נחני'לע זאגט דאך אזוי שטארק!

@נחני בדרך אמת !
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

נחני בדרך אמת האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 10:07 pm
מדבר סיני, ר"ח אלול ב' אלפים תמ"ח

דער פרימארגן האט נאך נישט אויפגעשיינט אבער אין מחנה ווירבלט שוין. אויסגערוטע מענער קלייבן די פרישע מן, און די תלמידי חכמים לערנען שוין אינעם בית המדרש געצעלט. די ותיקין אידן יאגן זיך צום דאווענען
איך האב הנאה אז דו שרייבסט אז מען האט געקליבן די מן פארן דאווענען, אזוי ווי עס שטייט פון הרה"ק רבי מענדלי מרימנוב, ועוד
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
נחני בדרך אמת
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2024 3:50 am

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחני בדרך אמת »

מראה המקום האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:48 am
נחני בדרך אמת האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 10:07 pm
מדבר סיני, ר"ח אלול ב' אלפים תמ"ח

דער פרימארגן האט נאך נישט אויפגעשיינט אבער אין מחנה ווירבלט שוין. אויסגערוטע מענער קלייבן די פרישע מן, און די תלמידי חכמים לערנען שוין אינעם בית המדרש געצעלט. די ותיקין אידן יאגן זיך צום דאווענען
איך האב הנאה אז דו שרייבסט אז מען האט געקליבן די מן פארן דאווענען, אזוי ווי עס שטייט פון הרה"ק רבי מענדלי מרימנוב, ועוד
נישט געוואוסט דערפון. האסט א פינקטליכע מראה מקום?

כ'בין גראדע געווען מסופק צו די מן איז שוין געפאלן פארן עלות/נץ, ס'שטייט דאך " ובבקרהיתה שכבת הטל סביב למחנה"
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

נחני בדרך אמת האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 11:30 am
מראה המקום האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:48 am
נחני בדרך אמת האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 10:07 pm
מדבר סיני, ר"ח אלול ב' אלפים תמ"ח

דער פרימארגן האט נאך נישט אויפגעשיינט אבער אין מחנה ווירבלט שוין. אויסגערוטע מענער קלייבן די פרישע מן, און די תלמידי חכמים לערנען שוין אינעם בית המדרש געצעלט. די ותיקין אידן יאגן זיך צום דאווענען
איך האב הנאה אז דו שרייבסט אז מען האט געקליבן די מן פארן דאווענען, אזוי ווי עס שטייט פון הרה"ק רבי מענדלי מרימנוב, ועוד
נישט געוואוסט דערפון. האסט א פינקטליכע מראה מקום?

כ'בין גראדע געווען מסופק צו די מן איז שוין געפאלן פארן עלות/נץ, ס'שטייט דאך " ובבקרהיתה שכבת הטל סביב למחנה"
Screenshot 2024-09-10 113832.jpg
Screenshot 2024-09-10 113832.jpg (110.92 KiB) געזען 227 מאל
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

@נחני בדרך אמת גוטע טאפיק און גוט געשריבן!!
מיר ווארטן פאר נאך!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
בקשר
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:41 pm

Re: קול קורא במדבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקשר »

א-ל-ו-ל!
אקעי ביי.. וועלן מיר זיין בקשר שפעטער..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”