רצון
בס״ד
מיין הארץ
נעם עס, צווישן דיינע פינגער
האלט עס, דרוק עס, קוועטש עס
אויס אינגאנצן -
טראפן דערפון וועט, רצון.
מיינע אויגן
קוק טיף, טיף אריין דערין
באטראכט עס, באלייכט עס
קוק, די בליק -
איז פארלאפן מיט, רצון.
מיין זעל
קלויב צוזאם, פון שטיקלעך
ברעקלעך שארבן
קלעב עס, אויפלעב עס
באטראכט, אבער
גיב אכט -
עס קלעבט פון, רצון.
מיין וועזן
נעם ארום, מיט דיינע ארעמס
פיל איר, וויקל איר
איין ארום און ארום
אין דיין ווייעכע, ווארעמע
ענדלאזע -
רצון.
מיין הארץ
נעם עס, צווישן דיינע פינגער
האלט עס, דרוק עס, קוועטש עס
אויס אינגאנצן -
טראפן דערפון וועט, רצון.
מיינע אויגן
קוק טיף, טיף אריין דערין
באטראכט עס, באלייכט עס
קוק, די בליק -
איז פארלאפן מיט, רצון.
מיין זעל
קלויב צוזאם, פון שטיקלעך
ברעקלעך שארבן
קלעב עס, אויפלעב עס
באטראכט, אבער
גיב אכט -
עס קלעבט פון, רצון.
מיין וועזן
נעם ארום, מיט דיינע ארעמס
פיל איר, וויקל איר
איין ארום און ארום
אין דיין ווייעכע, ווארעמע
ענדלאזע -
רצון.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא:
(שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון