כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!
וואס פאר א זאך
איז טייער און רייך
אבער דאך מען נעמט עס פאר גרינג
מ'קען דאס נישט אנטאפן
נישט קויפן נישט אויסכאפן
און דאס מאכט מענטשן אלט אדער יונג
אנגיין אן-עס-נישט
עס האט קיין רחמנות-נישט
ווי קליין זי איז האט זי גרויסע אנהענגער
גענוג רמזים געהאט
איך רעד דאך פון צייט
די זמן זי איז ווערדפול אנע שיעור
מיט ווייזערלעך גאר קליין
דער זייגערל טוט גיין
שטעלט זיך אפ פאר קיינעם, מיר צו דיר
די שעה וואס נעכטן געוועהן
וועסטו קיינמאל מער נישט זעהן
עלטער דו ווערסט מיט יעדע מינוט לענגער
כאפ יעדע מינוט
ניץ עס אויס אויף גוט
יעדע רגע איז אזוי געשעצט
די נעכטן שוין פארביי
ביי מארגן אט איך שטיי
איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט
לכל זמן ועת
יעצט ווען ס'איז נאך הייס
טו למעשה, פיר אויס די רצונות דיינס
ווייל אויב דו ווארטסט נאך איין מינוט בלויז
די שאדן וועט זיין גרויס
אין איין מינוט א פארפאטשקע די האסט דעם טשאנס
אינעם תורה שטייט אומצאליג
צו געדענקען פון עמלק
די קליפה קיינמאל נאכגיין נאך-ער
ער האט אונז געוואלט מאכן קאלט
אפשטיפן אלעס אויף באלד
ווי עס שטייט הלחם בעמלק מחר
דיינע גוטע רצונות און עליות
נישט היינט, נאר מארגן טו-עס
אזוי ער שרייט מיט א שמייכעל כיטערע
טו נישט ארום שלעפן
די התלהבות וועט דאך וועפן
טאמער דו ביסט מיטן זייגער נישט אין געיעג
דעם עמלק ארויס שטויסן
מיטן פרישקייט בלייב אין גרויסן
נאר אזוי מען קען דערגרייכן דעם וועג
כאפ אן דעם אלטן לץ
הענגטס אים אויפן עץ
אויב נישט וועט זיין קאנסיקווענסן ביטערע
כאפ יעדע מינוט
ניץ עס אויס אויף גוט
יעדע רגע איז אזוי געשעצט
די נעכטן שוין פארביי
ביי מארגן אט איך שטיי
איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט
לכל זמן ועת
יעצט ווען ס'איז נאך הייס
טו למעשה, פיר אויס די רצונות דיינס
אויב דו ווארטסט נאך איין מינוט בלויז
די שאדן וועט זיין גרויס
אין איין מינוט א פארפאטשקע די האסט דעם טשאנס
איז טייער און רייך
אבער דאך מען נעמט עס פאר גרינג
מ'קען דאס נישט אנטאפן
נישט קויפן נישט אויסכאפן
און דאס מאכט מענטשן אלט אדער יונג
אנגיין אן-עס-נישט
עס האט קיין רחמנות-נישט
ווי קליין זי איז האט זי גרויסע אנהענגער
גענוג רמזים געהאט
איך רעד דאך פון צייט
די זמן זי איז ווערדפול אנע שיעור
מיט ווייזערלעך גאר קליין
דער זייגערל טוט גיין
שטעלט זיך אפ פאר קיינעם, מיר צו דיר
די שעה וואס נעכטן געוועהן
וועסטו קיינמאל מער נישט זעהן
עלטער דו ווערסט מיט יעדע מינוט לענגער
כאפ יעדע מינוט
ניץ עס אויס אויף גוט
יעדע רגע איז אזוי געשעצט
די נעכטן שוין פארביי
ביי מארגן אט איך שטיי
איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט
לכל זמן ועת
יעצט ווען ס'איז נאך הייס
טו למעשה, פיר אויס די רצונות דיינס
ווייל אויב דו ווארטסט נאך איין מינוט בלויז
די שאדן וועט זיין גרויס
אין איין מינוט א פארפאטשקע די האסט דעם טשאנס
אינעם תורה שטייט אומצאליג
צו געדענקען פון עמלק
די קליפה קיינמאל נאכגיין נאך-ער
ער האט אונז געוואלט מאכן קאלט
אפשטיפן אלעס אויף באלד
ווי עס שטייט הלחם בעמלק מחר
דיינע גוטע רצונות און עליות
נישט היינט, נאר מארגן טו-עס
אזוי ער שרייט מיט א שמייכעל כיטערע
טו נישט ארום שלעפן
די התלהבות וועט דאך וועפן
טאמער דו ביסט מיטן זייגער נישט אין געיעג
דעם עמלק ארויס שטויסן
מיטן פרישקייט בלייב אין גרויסן
נאר אזוי מען קען דערגרייכן דעם וועג
כאפ אן דעם אלטן לץ
הענגטס אים אויפן עץ
אויב נישט וועט זיין קאנסיקווענסן ביטערע
כאפ יעדע מינוט
ניץ עס אויס אויף גוט
יעדע רגע איז אזוי געשעצט
די נעכטן שוין פארביי
ביי מארגן אט איך שטיי
איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט
לכל זמן ועת
יעצט ווען ס'איז נאך הייס
טו למעשה, פיר אויס די רצונות דיינס
אויב דו ווארטסט נאך איין מינוט בלויז
די שאדן וועט זיין גרויס
אין איין מינוט א פארפאטשקע די האסט דעם טשאנס