הָאָרֶץ מְדַבֵּר
"אידן אויף מיר האט מען געשלעפט
צדיקים, ביז פויערן פארגרעבט"
א ציטער אין יעדע גליד כאפט
ווען אימער אויף דיר מ'טאפט
"רשעים אויף מיר געטראטן
זיך אפשטעלן איז פארבאטן!"
א הייסע תפילה מ'בעט
ווען אויף דיר מ'טרעט
"טראגעדיעס אויף מיר געווען
ווען דער רשע האט נאר געזען"
אינגאנצן צעטרייסלט מ'שפירט
ווען אויף דיר זיך מ'רירט
"די ביקס מיט רשעות ארויסגעצויגן
דער איד פארמאכט רואיג די אויגן"
דאס הארץ פארפעלט א טיק
ווען אויף דיר אראפ איך קוק
"א קויל אין קאפ געגרידערט
אויף מיר דער איד גענידערט"
אוי, יעדער איינער וויינט מיט
ווען שטיין אויף דיר מ'טוט
"טייכן בלוט טעגליך האב איך
איינגעזאפט טיף טיף אין זיך"
ארץ ארץ אל תכסי
ערד, זאג מיר צו.
צדיקים, ביז פויערן פארגרעבט"
א ציטער אין יעדע גליד כאפט
ווען אימער אויף דיר מ'טאפט
"רשעים אויף מיר געטראטן
זיך אפשטעלן איז פארבאטן!"
א הייסע תפילה מ'בעט
ווען אויף דיר מ'טרעט
"טראגעדיעס אויף מיר געווען
ווען דער רשע האט נאר געזען"
אינגאנצן צעטרייסלט מ'שפירט
ווען אויף דיר זיך מ'רירט
"די ביקס מיט רשעות ארויסגעצויגן
דער איד פארמאכט רואיג די אויגן"
דאס הארץ פארפעלט א טיק
ווען אויף דיר אראפ איך קוק
"א קויל אין קאפ געגרידערט
אויף מיר דער איד גענידערט"
אוי, יעדער איינער וויינט מיט
ווען שטיין אויף דיר מ'טוט
"טייכן בלוט טעגליך האב איך
איינגעזאפט טיף טיף אין זיך"
ארץ ארץ אל תכסי
ערד, זאג מיר צו.