רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
איז דא ערגעץ בילדער פון מצבות אין ראצפערט?
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
איינער מיט אינפורמאציע איבער די היי יעריגע נסיעה
- פרישער בחור
- שר האלפיים
- תגובות: 2238
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
- לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
הרה"ק רבי נפתלי הירצקא ב"ר יעקב פרץ הלוי זי"ע, (זילבערמאן), בעל זכרון נפתלי, מראצפערט,
ער איז געבוירן בשנת תק"פ,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי יעקב פרץ הלוי זי"ע,
בן אחר בן פונעם הייליגען טורי זהב מלבוב זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת פרומט ע"ה, וואס איז געווען א אשה צנועה מאוד, מען פלעגט איר רופן "די גוטע צנועה פרומט", האט דערציילט דער זון רבי הירצקא'לע אז די מאמע פלעגט יעדן טאג באגלייטן אים מיטן ברודער הרה"ק רבי משה זי"ע צו די חדר, און פלעגט יעדן טאג מתפלל זיין מיט טרערן אז די קינדער זאלן האבן הצלחה אין זייערע לימודים און זיי זאלן אויסוואקסן אמתע יראי השם,
ער איז געווען א איש קדוש נורא מאוד, צדיק מפורסם מופת הדור און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, ער איז געווען באוויסט אלס א גאר הייליגער אפגעהיטענער צדיק, ער האט געהאט א מנהג אז פארענדיג אויפן וועג האט ער מקפיד געווען צו פארן נאר אין א וואגן וואס איז פארמאכט פון אלע פיר זייטן כדי ער זאל זיין אפגעשיידט פון די וועלט און נישט ח"ו נכשל ווערן מיטן ארויס קוקען פון זיינע ד' אמות,
זיין עבודת התפלה איז געווען מיט א געוואלדיגע התלהבות און א אש להבה, ער האט זיך גאר אסאך מסגף געווען אין זיין לעבן ער האט געפאס גאנצעטע טעג און אפילו ווען מען האט שוין יא געגעסן איז דאס געווען ממש נאר טועם זיין, דאס עמטליכע עסן וואס מען האט דעם צדיק געקענט פויעלען צו עסן איז געווען קאלטע פאטעטאס,
ער האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען מיט צדקה וחסד אויף א גאר הויעכע דרגה ער האט גאר אסאך געלט צוזאמען געשטעלט פאר די עניי ארץ ישראל, ער האט קיינמאל אפילו נישט געטראכט אז ער איז אפילו ראוי צו זיין א מנהיג ישראל, נאר פונקט פארקערט ער איז געווען א גרויסער עניו און א ירא חטא וואס האט זיך כסדר דערוואטערט פון פורסם, אבער ווי די גמרא זאגט "כל הבורח מן הכבוד הכבוד רודף אחריו" האבן זיך הונדערטער אידן מדבק געווען אין דעם צדיק וקדוש און ער איז מפורסם געווארן אלס א גרויסע פועל ישועות,
ווי עס איז באקאנט די מעשה ווי אזוי דער צדיק וקדוש איז נספרסם געווארן אלס א רבי און א פועל ישועות, דערציילט מען אז וואוינענדיג נאך אין שטאט יאנאשי ווען ער איז נאך געווען באהאלטן און די וועלט האט נאך דאן נישט געוויסט זיין גדלות און קדושה, נאר דער צדיק איז געזעצן און עוסק געווען בתורה ועבודה אן קיין פורסם, אבער דאן איז ער נתגלה געווארן חוץ לדרך הטבע,
איין יאר ערב שבת קודש שבת שירה איז אנגעקומען א וואגן מיט חסידים צום שטוב פון ר' הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע, ווען דער צדיק האט זיי געפרעגט פארוואס זיי קומען צו אים, האבן די חסידים געזאגט אז זיי זענען אויפן וועג צו זייער רבין, אבער אזוי ווי עס איז שוין שפעט און זיי וועלן שוין נישט קענען אנקומען אויף שבת צו זייער רבין, דערפאר האבן זיי געקלערט צו בלייבן דא ביי אים אויף שבת קודש,
דער צדיק וואס איז אייביג געווען גרייט אריין צו נעמען געסט האט זיי בחפץ לב אריין גענומען צו זיך אויף שבת, אבער גלייך נאכדעם איז אנגעקומען נאך אפאר וואגאנען מיט חסידים מיט די זעלבע מעשה אז זיי זענען אויפן וועג און זיי האבן שוין נישט קיין צייט אנצוקומען צו זייער רבין אויף שבת, פארשטייט זיך אז דער צדיק האט זיי אלע אויך אריין גענומען פאר שבת קודש, און אזוי האט דער צדיק אפגעראכטן א דערהויבענע שבת קודש מיט די חסידים,
ווען עס איז געקומען דעם קומענדיגען שבת מתן תורה האט פאסירט דאס זעלבע אז חסידים זענען אנגעקומען ערב שבת קודש צום שטוב פון דעם צדיק און אזוי האט זיך איבער געשפילט די זעלבע מעשה, און אזוי איז דעם נאמען פון דעם צדיק מפורסם געווארן אלס א עובד השם און א קדוש וטהור,
דאן האט דער צדיק געטיישט דעם פסוק (שמות כ"ב) כִּי תֵצֵא אֵשׁ, עס איז ארויס א פייער פון חסידישע אידן, וּמָצְאָה קֹצִים, און זיי האבן געטראפן קוצים האט ער געזאגט ברוב ענוותנותו, שַׁלֵּם יְשַׁלֵּם הַמַּבְעִר אֶת הַבְּעֵרָה, בין איך דאך נישט שילדיג, נאר דער רבוש"ע וואס האט אנגעצינדן דעם פייער איז אחריות אויף דעם,
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת רחל ע"ה,
בת מוה"ר רבי איסר דוד ז"ל,
קודם איז ער געווען רב אין שטאט יאנושי און בשנת תרמ"א איז ער געווארן רב אין דעם גרויסן שטאט ראצפערט, דארט איז ער נספרסם געווארן מיט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע עבודה בקדושה, הונדערטער אידן זענען געקומען זען דעם עבודת הקודש און נעמען ברכות פון דעם צדיק וקדוש און הונדערטער אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות פון ברכות קדשו,

ער האט זיך מסתופף געווען בצלו פון די צדיקים בדורו ובתוכם,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע,
הרה"ק רבי משולם פייש השרף מטאהש זי"ע, וואס דארט איז ער געווען גאר אסאך אויף שבת מברכים,
הגה"ק רבי שמואל שמעלקא בעל צרור החיים מסעליש זי"ע,
הרה"ק רבי אשר אנשיל יונגרייז בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע,
הרה"ק רבי אשר ישעי' בעל אור ישעי מראפשיץ זי"ע,
גאר שטארק איז ער געווען דבוק אין הרה"ק רבי חיים בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, ער איז געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פונעם הייליגען דברי חיים גאר אסאך, ובפרט אויף די ימים נוראים און ימים טובים איז ער גאר אסאך געפארן קיין צאנז,
דערציילט מען אז איין יו"ט שבועות ווען ער איז געווען ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע אויף יו"ט, און כדרכו בקודש האט דער צאנזער רב אליין געליינט די קריאת התורה, ווען דער צאנזער רב האט געליינט די עשרת הדברות האט דער צדיק רבי הירצקא'לע געהערט ווי צוויי חסידים רעדן צווישן זיך, אז די יאר שפירט די רבי נישט אזוי גוט, ווייל ביים ליינען די עשרת הדברות איז עס נישט געווען מיט די זעלבע שטארקייט ווי אייביג,
גלייך האט רבי הירצקא'לע געזאגט פאר די חסידים, עס קען נישט זיין ווי עטץ זאגט, ווייל איך בין געשטאנען גאר ווייט פון דעם בימה ווי דער רבי איז געשטאנען, און איך האב געהערט די קולות פונקט ווי ביים מעמד הנבחר ביים בארג סיני אזוי ווי איך הער עס יעדעס יאר און איך האב נישט געשפירט קיין שום שנוי,
דערציילט מען אז אפילו דער צדיק איז געווען אויף גאר הויעכע מדרגות אין עבודת השם און אויך אין קדושה האט ער זיך אבער מסתופף געווען ביי די צדקי הדור ווי א חסיד ביי זיין רבין, ער האט פון זיך בכלל נישט געהאלטן און אייביג געזאגט אז יעדער פשוטער איד איז אסאך העכער ווי אים אין קדושה און עבודת השם,
דערציילט מען אז איינמאל איז די רבי געווען ביים הייליגען ראפשיצער רב זי"ע און יענעם טאג איז דער ראפשיצער רב אריין געקומען צום דאווענען פריער ווי געווענליך, דער הייליגער רבי הירצקא'לע איז נאכנישט געווען גרייט צום דאווענען און ער האט געטראכט וואס ער זאל טון ווייל ער האט זייער חשק געהאט צו דאווענען צוזאמען מיט זיין רבין,
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע האט גלייך מרגיש געווען און תופס געווען זיין מחשבה, דער ראפשיצער רב דרייט זיך אויס צו רבי הירצקא'לע און זאגט אים "איר זענט שוין גרייט צום דאווענען" האט רבי הירצקא'לע דערציילט אז גלייך נאך די ווערטער פונעם רבין האט ער באמת מרגיש געווען אז ער איז גרייט מיט אלעם צום דאווענען מיט די גרויסע כח פון זיין הייליגען רבין,

הגה"ק רבי הלל ליכטנשטיין מקראסנא זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע געווען ביים הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע אויף שבת קודש, דער הייליגער צאנזער רב האט זיך דאן נישט אזוי גוט געשפירט און ער האט געפראוועט דעם שבת ביי זיך אין שטוב,
ביי שלש סעודות איז דער צאנזער רב נישט אריין געקומען אין ביהמ"ד נאר האט געפראוועט ביי זיך אין שטוב די סעודות רעווא דרעווין און האט אליין געהייסן וועם מען זאל אריין לאזן, און רבי הירצקא'לע איז נישט געווען פון די וואס זענען אריין, אבער ער האט דאך געוואלט מיט האלטן, דערפאר האט ער זיך געשטעלט אינדרויסן פונעם טיר כדי צו קענען הערן דעם שלש סעודת ביים רבין,
אזוי שטייענדיג ביים טיר איז נאך א איד געקומען דארט, און אזוי ווי עס איז געווען טונקל אין שטוב ביים צאנזער רב האט דער איד געטראכט אז ער וועט אריין גיין וויבאלד דער צאנזער רב וועט סיי ווי נישט זען, אבער אזוי ווי דער איד גייט אריין שרייט דער הייליגער צאנזער רב, ארויס ארויס, הירצקא אריין,
ווי באוויסט האט זיך דער צדיק מסתופף געווען ביי כמעט אלע צדיקים בדורו, אבער ער פלעגט בשום אופן נישט וועלן זיצן אויבן אן אדער ביי מזרח וואנט, נאר ער פלעגט זיך זעצען נעבן דעם אויווען, אויך האט ער זייער מקפיד געווען אז מען זאל אים נישט מכבד זיין נאר ער האט געוואלט זיין ביי דעם צדיק פשוט אלס חסיד,
דערציילט מען אז איינמאל איז דער צדיק מראצפערט געווען אין שטאט דעברעצין און דורך געגאנגען דעם שוק מארק, ער האט ארויס גענומען א זעקל שטרוי און ער האט געפיטערט די פערד וואס זענען דארט געשטאנען און אליין געברענגט וואסער פאר די פערד, וויבאלד דער צדיק האט זיך געפירט מיטן מידה פונעם באשעפער וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו, און די אלע וואס קומען צום מארק פארגעסן דאך פון די פערד און דערפאר האט דער צדיק זיי אינזין געהאט,
ווען איינע פון די אידן וואס זענען דארט געשטאנען האט געפרעגט דעם צדיק, ווי אזוי פאסט עס פארן ראצפערט רב צו טיילן דאס עסן פאר די בהמות, האט דער צדיק געזאגט, דעם באצאלט וואס איך באקום פון די קהלה אין ראצפערט דאס באטרעפט גענוג צו זיין רב אין ראצפערט, אבער אין דעברעצין בין איך שוין נישט רב,
זיינע הייליגע דברי תורה זענען געדריקט געווארן אונעם ספר זכרון נפתלי,
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,
חתנו הגה"ק רבי דוד קעסטענבוים זי"ע,
חתנו הגה"ק רב יעקב הלוי ביילוש אב"ד יאנאשי זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב פרץ מנירבאטור זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי שמואל פויגל זי"ע,
הרה"ק רבי משה זי"ע ממלא מקום אביו,
הרה"ק רבי אהרן זי"ע,
די לעצטע יאר בחייו איז דער צדיק געפארן צוזאמען מיט הרה"ק רבי ברוך'ל מגארליץ זי"ע צו אפאר שטעט, און דער צדיק רבי הירצקא'לע איז געווען כמו דער גבאי פאר רבי ברוך'ל זי"ע, ביי איין שטאט האט מען שבת קודש מכבד געווען רבי הירצקא'לע צו דאווענען פארן עמוד פסוקי דזמרה,
ביי די ווערטער "נַפְשֵׁנוּ חִכְּתָה לַד" האט דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע אויפגעהויבן דעם עמוד און דאס געלייג העכערן קאפ און אזוי ארום שפאצירט דעם ביהמ"ד זאגענדיג די ווערטער "נַפְשֵׁנוּ חִכְּתָה לַד", נאכן דאווענען ביים טיש האט רבי הירצקא'לע געזאגט פאר רבי ברוך'ל "איך ווייס נישט עפעס האט זיך מיר געדאכט ביי פסוקי דזמרה אז ס'איז יום הקדוש", דאן האט רבי ברוך'ל ארויס געלאזט א קרעכץ,
יענעם יאר בשנת תרנ"ח איז דער רבי ר' הירצקא'לע אריין צו זיך אין שטוב נאך סעודת המפסקת, דער גאנצער עולם האט געווארט אז די רבי זאל ארויס קומען צו כל נדרי אבער ער קומט נישט אריין, ווען מען איז אריין צו זיין שטוב האט מען געזען אז יצתה נשמתו בקדושה וטהרה און דער צדיק איז דאן נסתלק געווארן,
דערציילט מען אז ביים לוי האבן איינע פון די צדיקים מספיד געווען דעם צדיק מיט די ווערטער, "מיין טייערע ברודער ר' הירצקא, פאר דיר וועט גארנישט פעלן דארט אויבן, די קאלטע קארטאפל וועסטו דארט אויך האבן, אבער פאר אונז ביסטו אן אבידה שאין לה תמורה",
נסתלק לגנזי מרומים ערב יום הקודש ט' תשרי בשנת תרנ"ח, ומנומחו כבוד איז אין שטאט ראצפערט,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

דערציילט מען אז איינמאל איז דער הייליגער רבי הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע געווען אין ליסקא ביים צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע, און ווי עס איז באקאנט האט דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע געדאווענט מיט א מוראדיגע רעש און אן אש קודש, און ווי באוויסט האט דער הייליגער ליסער צדיק נישט געקענט אויסהאלטן ווען איינער דאווענט מיט קולות אבער מיינט דאס נישט אמת'דיג,
יענעם שבת קודש האט מען צו געשיקט צום עמוד פסוקי דזמרה דעם צדיק מראצפערט, אנפאנג האט ער זיך נאך איין געהאלטן לכבודו פונעם הייליגען צדיק מליסקא, אבער נאך אפאר מינוט האט ער אנגעהויבן דאווענען מיט מוראדיגע קולות און געקלאפט מיט די פיס,
דער עולם האט זיכער געמיינט אז דער הייליגער רבי הירשעלע ליסקער זי"ע ועט אים אפשטעלן פון דאווענען מיט א רעש, אבער נאכן דאווענען האט דער צדיק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע זיך אנגערופן, ווען עס ברענט א פייער שרייט מען און דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע שרייט נאר ווייל עס ברענט באמת אין אים דאס קדושת שבת קודש,
--
דערציילט מען אז דער צדיק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע פלעגט יעדעס יאר פארן ז' אדר צום ציון פון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע אזוי ווי אלע צדיקים בדורו, פלעגט ער יעדעס יאר זאגן תהילים אמאל האלב אמאל גאנץ, איין יאר איז ער געווען ביים ציון קדשו אין קאלוב און געזאגט נאר 10 קאפיטלעך תהילים,
ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס נאר 10 קאפיטלעך, האט דער צדיק געזאגט אז ער זאגט תהילים ביים ציון ביז ער הערט דעם הייליגען קאלובער אויך מיט זאגן תהילים, דאס יאר האט ער שוין נאך 10 קאפיטלעך געהערט ווי דער צדיק זאגט שוין מיט האט ער געוויסט אז ער האט שוין געפויעלט די ישועה,
--
דערציילט מען דעם הייליגען נאכט פון יום הקדוש איז דער הייליגער צדיק מראצפערט געשטאנען ארום גענומען מיט זיינע חסידים, האט ער אויף געהויבן זיינע הייליגע הענט צום הימל און געזאגט, רבוש"ע דער ציגיינער ווען ער איז שילדיג געלט פאר דעם שענק הויז און ער האט נישט צו באצאלן, זאגט ער פארן ארענדער, איך האב נישט קיין געלט אבער טאנצן קען איך וועל איך דיר באצאלן מיטן שיין טאנצן,
און דאן האט זיך דער צדיק אונעם הייליגען נאכט ארויס געלאזט אין א טאנץ צוזאמען מיט זיינע חסידים און געזונגען אנעים זמירות, און מיט דעם געפויעלט ישועות ורפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל,
--
ווי באקאנט איז דער ערשטער נאמען נאכן צדיק געווען הרה"ק רבי נפתלי הירצקא העניג משארמאש זי"ע, האט ער זיך איין טאג אפגערעדט פאר די מאמע אז ער הייסט נאכן הייליגען זיידן און ער האט נאך קיינמאל נישט געזען דעם זיידן אין חלום און ער וואלט זייער געוואלט זען אמאל דער צורת קדשו פונעם זיידן נאך וועם ער הייסט,
יענעם נאכט האט דער אייניקל געזען דעם זיידן אין חלום, ער איז זייער נשתומם געווארן אז נאך יענעם טאג וואס ער האט גערעדט צו זיין מאמע און שוין איז די זיידע געקומען אין חלום, האט ער געפרעגט דעם זיידן, די זיידע קען קומען מעולם העליון ווען ער וויל,
האט די זיידע געזאגט, עס איז באקאנט אז רבינו הקדוש זי"ע נאכן הסתלקות איז יעדע וואך שבת קודש געקומען מאכן קידוש פאר זיין רעבעצין ביז עס איז נתפרסם געווארן האט ער אויפגעהערט קומען, ווייל א צדיק וואס איז אפגעהיטן און איז נישט נהנה פון די וועלט ווען ער לעבט, האט ער א זכי' אז ער קען אראפ קומען ווען ער וויל מעולם העליון, דאן האט דער אייניקל דער שארמאשער רב זי"ע שוין געהאט דער ענטפער, אז דער זיידע רבי הירצקא'לע האט קיינמאל נישט נהנה געווען פון די וועלט און דערפאר איז אים דאס אראפ קומען אנגעקומען גרינג,

זיין רבי האט גערופן דעם תלמיד רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע "דער פולישער בחור" ווייל ער פלעגט דאווענען מיט קולות, האבן די בחורים אים אויך אזוי גערופען, ווען זיין רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר די אנדערע בחורים, עטץ פארשטייט נישט וואס איך מיין, איך רוף אים פולישער בחור, ווייל ער וועט נאך זיין א גרויסע "פועל ישועות",
--
עס איז ידוע אז דער צדיק פלעגט יעדעס יאר אויס זאגן גאנץ תהילים חמשה עשר בשבט כדי ער זאל זוכה זיין צו א שיינעם אתרוג, איין יאר האט מען גאר אסאך געשטערט דעם צדיק חמשה עשר בשבט, און דערפאר האט ער יענעם יאר געהאט א אתרוג וואס איז געווען נאר האלב שיין און דער אנדערע האלב איז נישט געווען אזוי שיין,
--
איז געקומען א איד וואס האט געברויכט באצאלן פארן פריץ א גרויסע סכום געלט און ער האט דאס נישט געהאט צו באצאלן, האט אים דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע זי"ע געהייסן, יעדעס מאל דער פריץ קומט בעטן דאס געלט זאלסטו זאגן דעם פסוק "הַפְקֵד עָלָיו רָשָׁע וְשָׂטָן יַעֲמֹד עַל יְמִינוֹ" און די וועסט פטור ווערן פון אים,
דער איד מיט זיין אמונת צדיקים האט געפאלגט דעם רבין און יעדעס מאל דער פריץ איז געקומען האט ער געזאגט דעם פסוק, כך הוה דער פריץ איז זיך אוועק געגאנגען, ביז איין טאג האט דער פריץ זיך אוועק געצויגען פונעם שטאט און דער איד איז געבליגען מיטן קרעטשמע אימזינסט,
--
אמאל איז געקומען א פרוי וואס עס איז איר געבוירן געווארן א צווילינג און זיך באקלאגט אז זי האט נישט קיין מילך פאר די קינדער, האט דער הייליגער רבי הירצקא'לע געזאגט איך וועל דיר דערציילן א מעשה וואס איז געווען ביים הייליגער צדיק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
איינמאל ווען זיין איידעם הרה"ק רבי אשר'ל מרופשיץ זי"ע איז נאך געווען יונג, איז דער שווער דער הייליגער ראפשיצער רב אריין געקומען אין די קאך און זיך געבייזערט אז מען געט אים נישט גענוג מילך, שפעטער איז אריין געקומען א אידענע און זיך מזכיר געווען אז זי האט נישט קיין מילך פאר די קינדער, האט דער הייליגער ראפשיצער רב געבענטשט אז זי זאל געהאלפן ווערן מיט מילך,
א שטיק צייט שפעטער איז דער ראפשיצער רב אריין געקומען אין קאך און זיך באקלאגט אז מען געט אים נישט קיין קרעפטיגע מילך נאר עס האט צו אסאך וואסער אריין געמישט, דער איידעם האט שוין דאן פארשטאנען אז דא פארארבעט דער שווער הויעכע ענינים, גלייך נאכדעם איז די פרוי אריין געקומען און זיך באקלאגט אז די מילך וואס זי האט איז נישט גענוג קרעפטיג פאר די קינדער, האט דער ראפשיצער רב איר אנגעוואונטשן אז די מילך זאל זיין פון יעצט און ווייטער קרעפטיג, פארשטייט זיך אז די פרוי איז שוין מער נישט צוריק געקומען,
דאן האט דער הייליגער צדיק מראצפערט זי"ע אויך אנגעוואונטשן פאר די פרוי אז זי זאל האבן אן השפעה און האבן גענוג מילך פאר די צווילינג, און כך הוה עס איז געווען ביי די פרוי א גרויסע שפע,
--
דער הייליגער צדיק מראצפערט זי"ע פלעגט יעדעס יאר אויף ראש השנה און יום הקדוש פארן צו זיין רבין דער הייליגע צאנזער רב זי"ע,
איין יאר האט ער נישט געקענט פארן אויף ראש השנה איז ער געפארן אויף שבועות און אזוי ווי דער מנהג איז ביי אידן אז ערב ראש השנה קויפט מען א נייעם מעסער וועגן החותך חיים לכל חי, איז דער צדיק מראצפערט ארום זיכן ערב שבועות א נייע מעסער, דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס רבי הירצקא'לע טוט דא, אבער ווען ער איז אריין געקומען צום צאנזער רב האט דער דברי חיים דאס גלייך מרגיש געווען און געוואונטשן פאר רבי הירצקא'לע "א גוט געבענטשט יאר",

דערציילט מען אז ווען רבי הירצקא'לע זי"ע פלעגט פארן קיין צאנז צו זיין הייליגען רבין דער דברי חיים זי"ע פלעגט ער דורך פארן אסאך שטעט און אידן פלעגן אים געבן קוויטלעך און פדיונות צו טראגן קיין צאנז, און ווען ער פלעגט אנקומען צום צאנזער רב האט ער אויסגעפאקט די אלע קוויטלעך און פדיונות פארן צאנזער רב זי"ע און ער פלעגט פויעלען גרויסע ישועות פאר די אלע אידן,
איין מאל ווען דער הייליגער ראצפערטער זי"ע איז אנגעקומען קיין צאנז מיט די פדיונות האט זיך דער הייליגער צאנזער רב זייער געפרייעט צו די געלט ווייל ער האט געהאט גאר אסאך צדקה צוועקן וואס ער האט געברויכט פאר דעם די געלט, האט ער זיך אנגערופן מיט די פסוק פון תהילים אַל תִּבְטְחוּ בִנְדִיבִים בְּבֶן אָדָם שֶׁאֵין לוֹ תְשׁוּעָה, און ער האט געזאגט די ווערטער, אַל תִּבְטְחוּ בִנְדִיבִים זיך פארלאזן אויף די וואס האבן געלט דאס העלפט נישט, נאר בְּבֶן אָדָם שֶׁאֵין לוֹ א מענטש וואס האט נישט וואס דאס איז רבי הירצקא'לע, תְשׁוּעָה ביי אים קען מען געהאלפן ווערן, אזוי ווי די צאנזער רעבעצין האט געהערט די ווערטער פון איר הייליגער מאן, האט זי גלייך געגעבן א קוויטל פאר רבי הירצקא'לע זי"ע,
--
דער הייליגער צדיק רבי הירצקא'לע ראצפערטער זי"ע פלעגט יעדעס יאר בעפאר כל נדרי יום הקדוש דערציילן די מעשה וואס איז פאר געקומען ביים הייליגען צדיק סניגורן של ישראל הרה"ק רבי לוי יצחק בעל הקדושת לוי מברדיטשוב זי"ע,
איין יאר דער גאנצער עולם איז שוין אין שוהל און ווארט אז דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע זאל אנהייבן כל נדרי, אבער דער צדיק פארזוימט זיך אין הייבט נישט אן כל נדרי, קיינער האט נישט געוויסט וואס עס גייט פאר, גאר שפעט האט זיך דער הייליגער בארדיטשובער געשטעלט כל נדרי, עס איז געווען א גרויסע פלא פאר די אידן פון שוהל,
שפעטער נאכן דאווענען האט דער הייליגער בארדיטשובער צדיק זי"ע דערציילט וואס עס איז פאר געקומען, דארט אין שטאט איז געווען א פרוי וואס האט געהאט א שטוב מיט קינדער, זי פלעגט יעדעס יאר אויסרעכענען צו זיין אין שוהל דעם הייליגסטן טאג פון יאר יום הקדוש ביי כל נדרי, אבער דאס יאר האט זיך דאס נישט אויסגעארבעט די קינדער האבן געברויכט זייער מאמע זאל בלייבן אין שטוב, דאס האט זייער וויי געטון פאר די פרוי אז זי קען נישט זיין ביי כל נדרי אין שוהל,
אבער אזוי ווי די פרוי האט געזען אז אלעס איז גרייט אין שטוב איז זי שנעל געלאפן אין שוהל כדי כאטש צו מיטהאלטן עפעס פונעם דאווענען, אזוי ווי זי קומט אריין אין שוהל זעט זי אז מען האלט נאך בעפאר כל נדרי, די פרוי איז געווען אזוי בשמחה, האט זי זיך אנגערופן מיט איר גרויס תמימות צום גרויסן באשעפער, רבוש"ע וואס קען איך דיר באצאלן פאר די גרויסע טובה וואס די האסט מיט מיר געטון אז מען האלט נאך בעפאר כל נדרי,
האט זי געגעבן א ברכה פארן באשעפער, "די זאלסט אזוי זען נחת ביי אונז, אזוי ווי אונז זעמיר נחת ביי דיר" און אויף דעם האט דער הייליגער בארדיטשובער צדיק זי"ע געווארט, וואס די ברכה פון דעם תמימות'דיגע פרוי האט אויף געבראכן אלע טויערן און יעצט קען מען צו גיין צו כל נדרי,
--
נאכן פטירה פונעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע זענען אמאל געקומען חסידים וואס זענען געגאנגען צום הייליגען זון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, האט זיי דער הייליגער רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע געפרעגט ווי אזוי די עבודה ביים הייליגען שינאווער רב זי"ע גייט צו, האט איינע פון די חסידים געזאגט אזוי ווי ביים טאטן דער הייליגער דברי חיים זי"ע,
האט זיך רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע אנגערופען איינער וואס האט נישט געהערט יום הקדוש ווי אזוי דער הייליגער צאנזער רב זי"ע זאגט די ווערטער "אָֽנוּ מְלֵאֵי עָוֹן וְאַתָּה מָלֵא רַחֲמִים" מיט א צובראכענקייט און אמת'דיגקייט קען דאס נישט פארשטיין און דאס וועט מען שוין קיינמאל נישט הערן ביז משיח'ס טאג,

א איד איז איינמאל געווען ביי רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע אויף שבת קודש, און דער הייליגער צדיק האט אים געהייסן שטעלן וויין אפאר מאל ביים טיש, וואס דאס איז געווען שלא כדרך ביים צדיק, דער איד האט נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, אבער נאך שבת ווען ער איז אהיים געפארן האט ער זיך דערוויסט וואס דער צדיק האט דא שבת קודש ביים טיש ערלעדיגט און געראטעוועט די משפחה פין דעם איד,
דער שופט פון שטאט האט געזען ווי דער איד פארט אוועק פון שטאט אויף שבת, האט דער שופט אפגעמאכט אז ער גייט גנב'נען דאס גאנצע געלט פון די שטוב פון דעם איד שבת ווען ער איז נישט אינדערהיים, אבער בשעת מעשה האט זיך די ווייב איון קינדער אויפגעוועקט און געמאכט א ויצעקו, האט דער שופט דער רשע אפגעמאכט אז ער וויל דאך נישט מען זאל וויסן אין שטאט אז ער איז א גנב, האט ער די גאנצע משפחה געבינדן אין קייטן, און ער האט רח"ל געוואלט הרגענען די ווייב מיט די קינדער,
דער רשע האט צו געגערייט א תלי' כדי אויף צו הענגען די ווייב און קינדער, אבער דער שופט האט געוואלט אויספראבירן דעם תלי' אויב די שטריק איז גענונג שטארק, האט ער זיך אויף געשטעלט אויף א בענקל און אריין געלייגט די קאפ, דאן בשעת משעה האט דער צדיק ביי זיך אין שטאט געזען די צרה און ער האט געהייסן שטעלן וויין, און דורך דעם האט דער צדיק געשיקט א מלאך וואס האט א ריק געגעבן דעם בענקל און דער רשע דער שופט איז געבליבן הענגען א פגר אויף דעם תלי', כֵּן יֹאבְדוּ כָל אוֹיְבֶיךָ ה',
--
צום הייליגען צדיק מראצפערט זי"ע איז געקומען אמאל א איד און זיך אפגערעדט, אז א גוי פון ביי אים אין שטאט האט זיך פארטשעפעט מיט אים און דער גוי סטראשעט אים אז ער וועט אים שיסן אויף טויט, האט דער הייליגער צדיק געזאגט ביי לכה דודי שטייט דאך "וְהָיוּ לִמְשִׁסָּה שׁוֹסַיִךְ" דערפאר אויב ער וויל דיך שיסן וועט ער דערשאסן ווערן, אפאר טאג שפעטער האט דער גוי גערייניגט זיין ביקס און בשעת מעשה האט דער ביקס א שאס געגעבן און דער גוי איז געפאלן א פגר אויפן פלאץ,
--
באקאנט אז אלס יונגערמאן איז דער הייליגער רבי הירצקא מראצפערט זי"ע און דער צדיק הרה"ק רבי שמואל קאמאדער זי"ע געווען ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע אויף ראש השנה, און דעם צווייטען טאג בעפאר תקיעות שופר איז דער דברי חיים געזעצן ביי זיך אין שטוב און עוסק געווען מיט הכנות פאר תקיעות שופר,
האבן די צוויי צדיקים געוואלט זען מיט וואס דער הייליגער דברי חיים גרייט זיך אויף תקיעות שופר, האבן זיי זיך אריינגעכאפט אין שטוב פונעם דברי חיים ווען ער איז ארויס, און די צוויי האבן געזען אז דער דברי חיים האט געלערנט דעם ספר בני יששכר, עס איז זיי געווען א וואונדער וויבאלד דער ספר איז נאך דאן געווען א נייער ספר, און זיי האבן זיך געוואונדערט אז פונקט אין דעם ספר קוקט דער הייליגער דברי חיים אריין בעפאר שופר בלאזן,
ביים סעודה נאכן דאווענען האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געזאגט, א העזה פון יונגעלייט זיי קוקען נאך זייער רבין מיט וואס ער גרייט זיך אויף תקיעות שופר, אבער איינער וואס האט שכל ווייסט, אז איך קוק נישט אריין אין קיין ספר נאר אויב דער מחבר איז געווען א ריינער בעל רוח הקודש, קיינער דארט אין שוהל האט נישט פארשטאנען וואס דער הייליגער דברי חיים האט געמיינט מיט די ווערטער אויסער די צוויי צדיקים האבן שוין גאר גוט פארשטאנען וועם די רבי האט געמיינט מיט די ווערטער,
--
איינמאל איז א איד געקומען צום הייליגען צדיק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע און זיך אויס גערעדט, אז עס האט אים באטראפן א גרויסע צרה, מען האט אים פאר'משפט צו א גאר הארבע משפט און עס ווארט אים א גרויסע שטראף אז ער וועט ח"ו דארפן זיצן זיין גאנץ לעבן, און ער האט געבעטן די רבי זאל אים העלפן,
ווען דער צדיק האט אים געפרעגט ביי וועלכע רבי ער איז שוין געווען, האט דער איד געזאגט אז ער וויל נישט גיין צו קיין אנדערע רבי'ס ווייל ביי אלע רבי'ס לאזט מען נישט צו לאנג פארברענגען ביים רבין און אויך בעטן די גבאים אסאך געלט וואס ער האט נישט צו געבן,
איז דער הייליגער צדיק אריין אין דעם אנדערן שטוב און ארויס געברענגט די צדקה פישקע פון רבי מאיר בעל הנס וואס ווי באקאנט איז דער צדיק געווען א גרויסע גבאי צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס, און ער זאגט פאר דעם איד, "נאדער א רבי, ביי דעם רבין קען מען זיך אויסרעדן, רעד דיך אויס וויפיל די ווילסט, גיס זיך אויס דאס הארץ, און די גבאים רייסן נישט", פארשטייט זיך דער איד האט זיך אויסגערעדט דאס הארץ און אריין געלייגט א פרוטה אין צדקה פישקע פון רבי מאיר בעל הנס, און דער איד איז געהאלפן געווארן מיט א ישועה,
--
לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
הרה"ק רבי נפתלי הירצקא ב"ר יעקב פרץ הלוי זי"ע.
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.
חוֹכְרִין נִירִין מִן הַנָּכְרִים בַּשְּׁבִיעִית, אֲבָל לֹא מִיִּשְׂרָאֵל.
וּמַחֲזִיקִין יְדֵי נָכְרִים בַּשְּׁבִיעִית, אֲבָל לֹא יְדֵי יִשְׂרָאֵל.
וְשׁוֹאֲלִין בִּשְׁלוֹמָן, מִפְּנֵי דַרְכֵי שָׁלוֹם:

יארצייטן פון צדיקים ט' תשרי
- אטעטשמענטס
-
- 1000032529.jpg (125.98 KiB) געזען 967 מאל
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
עפעס פרטים איבער די נסיעה היי יאר ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
א גמרא פון משפחת רבינו. אין די דריטע פאר די לעצטע בילד קוקט אויס עס ווי עם איז מעגליך חתימת רבינו הק' נפתלי הירצקא סגל בן יעקב פרץ פון יאנאשי.
אויב איינער פון די אייניקלעך איז אין א"י וואלט געווען כדאי אריבערצוגיין צום סיה"ל און שאפן קלארע קאפיעס.
https://books.google.co.uk/books?id=Shy ... 2C&f=false

- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4181
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
יש מבין האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:26 pmא גמרא פון משפחת רבינו. אין די דריטע פאר די לעצטע בילד קוקט אויס עס ווי עם איז מעגליך חתימת רבינו הק' נפתלי הירצקא סגל בן יעקב פרץ פון יאנאשי.
אויב איינער פון די אייניקלעך איז אין א"י וואלט געווען כדאי אריבערצוגיין צום סיה"ל און שאפן קלארע קאפיעס.
https://books.google.co.uk/books?id=Shy ... 2C&f=false
אביסל קלארער: מיינסט אוודאי די דריטע בילד דא אונטן.
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
יא. די שאלה איז צו דאס איז חתי"ק אדער ענדערש כתיבת בנו רבי יעקב פרץ. די ביידע חתימות דא זעהען אויס היבש א ענליכע כתב.
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
חתימות הרה"ק רבי נפתלי הירצקא מראצפערט ומשפחתו. ספר אשל אברהם, דפוס ראשון, פיורדא, תס"א.
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 90?lang=he
בדף הפורזץ חתימת הרה"ק מראצפערט בצעירותו, "נפתלי הירץ בן מוהר"ר יעקב פרץ סג"ל מפאטש". בדף הפורזץ האחורי עוד חתימה ממנו "נפתלי הירץ סגל".
שני סוגי חותמות רבינו "נפתלי הירצקא הלוי בו מה"ו יעקב פרץ זילבערמאן מתגורר פה ראצפערטא"
חותמת בנו הרב הצדיק רבי יעקב פרץ הלוי זילבערמאן מהאדאס.
חתימת גיסו הק' משה אלעזר בן מו"ה איסר דוד זיידענפעלד (ר' איסר דוד הי' חותנו של הרה"ק ר' הירצקא'לע).
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 90?lang=he
בדף הפורזץ חתימת הרה"ק מראצפערט בצעירותו, "נפתלי הירץ בן מוהר"ר יעקב פרץ סג"ל מפאטש". בדף הפורזץ האחורי עוד חתימה ממנו "נפתלי הירץ סגל".
שני סוגי חותמות רבינו "נפתלי הירצקא הלוי בו מה"ו יעקב פרץ זילבערמאן מתגורר פה ראצפערטא"
חותמת בנו הרב הצדיק רבי יעקב פרץ הלוי זילבערמאן מהאדאס.
חתימת גיסו הק' משה אלעזר בן מו"ה איסר דוד זיידענפעלד (ר' איסר דוד הי' חותנו של הרה"ק ר' הירצקא'לע).
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
עפעס פרטים איבער די נסיעה היי יאר ?
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
איך הער עפעס גרוסע זאכן קומען איינער מיט פרטים
- אן אלטער שמעק
- שר העשר
- תגובות: 39
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 21, 2021 2:27 pm
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
אויף די עתיקים אוקשן איז יעצט דא א ספר דרך פיקודיך וואס האט באלאנגט פאר הרה"צ רבי יעקב פרץ זצ"ל, זון פון הרה"ק רבי נפתלי הירצקא מראצפערט זי"ע.
הגה"צ בעל תפארת נפתלי משארמאש זצ"ל איז געווען זיין אייניקל.
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/ati ... /1?lang=he
הגה"צ בעל תפארת נפתלי משארמאש זצ"ל איז געווען זיין אייניקל.
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/ati ... /1?lang=he
- אטעטשמענטס
-
- a_ignore_q_80_h_100_c_limit_003.jpg (2.99 KiB) געזען 313 מאל
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
עפעס בילדער פון די נסיעה די יאר?
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
איך הער אז א גרויסע ציבור איז געפארן.
Re: רבי נפתלי הירצקא זילבערמאן מראצפערט זצ"ל ט’ תשרי (ערב יום הק’) תרנ”ח
אינטערוויו: ראצפערט: פילע אידן געפונען זיך אין די שטאט ראצפערט צום יארצייט פון הרה"ק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע, אין א היסטארישע געשעעניש איז פארגעקומען א פייערדיגע מעמד הכנסת ס"ת : הרב שמעון לעפקאוויטש פון עינים, ראצפערד
https://www.yiddish24.com/interviews/12/114863