אויף דעם האט די רעבע ז"ל אזוי געקאכט... מיט איין קליינע פינטילע ווערן די מוסדות הקדושים פארפּעסטיג (די פינטעל אין די פּ ...)
די טעות איז לכאורה די "פאר"פעסטיגן עס וואלט געדארפט שטיין באפעסטיגן.
פארפעסטיגן איז נאך אזוי ריכטיג. און ווען מען פאר'פּא'ט ווען אלע ווערטער וואס ברויכן אנקומען דערצו, וואלטן די מוסדות נישט פארפּעסטיגט געווארן אין אן אויגנבליק פון די ליינער.
טאקע אלט אבער איך בין יעצט אנגעקומען צו די אשכול דא... איך האב די מעשה אזוי געהערט פון מיין טאטן וואס האט עס געהערט פון ראחמיסטריווקע רבי ז"ל דערציילן מיט דעם אויסשפראך, נישט ממש די לשון וואס זיי שרייבן, אבער דעם אידישן/דייטשן אויסשפראך. איך זע דאס נישט אלץ א קושיא מעגליך דער פריץ האט יא געקענט דויטש.

מעגליך, אבער איך האב שוין געזעהן אסאך ווי אזוי ווען שרייבער אדער אפילו להבדיל צדיקים ווילן נאכברענגען א סיפור מקדמא דנא, און עס פארציילן 'ארגינעל' וועלן זיי זיך באניצן מיט דויטשע אויסדרוקן, הגם דאס איז זיכער נישט געווען אזוי. לדוגמה א רב/רבי האט מען גערופן ביי די אוקראינע גוים 'ראבין', און נישט 'ראבינער'. איך האב שוין געהערט אזוי סאך מאהל ווי מען נוצט דאס אויף שמועסן וואס רוסישע אדער אוקריינישע צדיקים האבן געהאט מיטן גוי/פריץ.
יצחק אייזיקלהאט געשריבן:↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:10 pm
הרב זושאהאט געשריבן:↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 12:06 pm
איז דער ליבם א טעות?
דעפינעטלי. די שורש איז "לב". די זעלבע זע איך לעצטנס אסאך שרייבן "ניסים" וצ"ל נסים.
פארהאן געוויסע ווערטער וואס א י' קען פעלן פון די ווארט בלשון רבים, למשן בית - בתים, זית זתים, ביצה - בצים, אבער פארקערט איז כמעט נישט דא, אויב בכלל.
קומט פון העברעאיש כידוע
די אקדמיה ללשון העברית וואס איז אחראי אויף העברעאיש האט מיט עטליכע יאר צוריק גע'פסק'נט אז מ'זאל אנהייבן שרייבן אלעס "באופן מלא" כדי ס'זאל זיין גרינגער צו ליינען.
ס'איז נישט קיין טעות. און לשון הקודש איז פארהאן פיל ווערטער וואס מ'פלעגט אייביג שרייבן סיי מלא און סיי חסר, און געוויסע ווערטער פלעגט מען מחמת איזה סיבה שרייבן נאר חסר, איז געקומען די אקעדעמיע און באשלאסן אז מ'זאל אייביג שרייבן מלא.
טעות און די תורה אפטיילונג פון דער איד פון יום כיפור, שטייט אויף זייט 2/אינהאלט "הלכת שבת זכור" זייט 14, און אויף זייט 14 שטייט די הלכות פון יום כיפור.
טעות און די תורה אפטיילונג פון דער איד פון יום כיפור, שטייט אויף זייט 2/אינהאלט "הלכת שבת זכור" זייט 14, און אויף זייט 14 שטייט די הלכות פון יום כיפור.