פרייטאג צו נאכטס ביי אודה לקל זינגענדיג והחיו העניה איז מיר 'אנקעגן געקומען' (אדער איך בין אנטקעגן געגאנגען) די ארטיקל, עפעס בעט זיך די נשמה מאך מיר לעבעדיג לאז מיר נישט טויט, איך האב אבער נישט געקענט אריינלייגן דעם געדאנק אין די ווערטער, יעצט ווען זאכן זענען קלארער זעה איך דא גאר א שטארקע געדאנק.
א מענטש דריידט זיך אויפן וועלט מיט עליות וירידות, נישט איינמאל און נישט צוויי מאל טרעפט ער זיך במדריגה התחתונה כל אחד לפום דרגא דיליה, וויפל מאל שטייט מען אויף לינקס שבלינקס, גארניש גייט נישט, נישט די דאווענען, נישט די לערנען, עפעס נישט אזוי די שלום בית זי האט היינט צופיל טענות אויף מיר אדער מיטן שרייבערס שפראך זי קומט מיר היינט צופיל אנקעגן. און משום מה די קינדער זענען אויך נישט אין די בעסטע מוד, ביי זיי איז דאס זייערע פנימער וואס קומען אנקעגן אין ריכטונג פון מיינע הענט.
מצד שני איינער וואס איז מושלם דער איז א פאראייביגטער, א מענטש איז א הולך אדער ארויף אדער אראפ, איינער וואס שטייט אויף איין פלאץ ער ווערט פאראייביגט דער איז אדער א מלאך אדער א טויטער.
זאגט דער משורר ימצאה מקושטת בטלית וטוטפת כמו כלה מקושטת, אבער אויב איז עס תמיד בבוקר בבוקר איז ער דאך פאראייביגט, ער לעבט נישט, ער ווערט נישט גרערסער ער שרינקט נישט איין, ער גייט נישט אויף איין ריכטונג און זיכער נישט אויף צוויי. ס'איז תמיד בבוקר בבוקר.
און אוי א בראך דער וואס פאראייביגט זיין נשמה צי די פארקערטע זייט מטונפת כמו שפחה נחרפת תמיד בבוקר בבוקר, דער ערשטער איז לפחות פאראייביגט מיט א לעבעדיגע טויט דער איז אבער פאראייביגט מיט טויטליכע טויט.
בעט זיך נאר די נשמה: והחיו העניה, האלט מיר לעבעדיג, פאראייביג מיר נישט אין קיין עומד, איך האב פארשידענע מצבים, יחידה, תמה, נקיה, און אויך עניה. מאך זיכער סווערט נישט קיין תמיד, זעה סזאל זיין אויך ימצאה מקושטת, אבער זיי קלאר אז כל זמן פון מאל צו מאל איז דא א ימצאה מטונפת איז דאס א סימן אז דו לעבסט נאך און דו ביסט נישט פאראייביגט.
מאך נאר זיכער די לעצטע פאטש געבסטו, און די מאמענט וואס וועט פאראייביגט ווערן זאלסטו זיך געפונען אין א טלית וטוטפת.
אשר נפשו לא חיה, איך יזכה לאור הבוקר?!
ואשר נפשו חיה, יזכה לאור הבוקר!
לגבי רעיטן איז א שטיקל פראבלעם, ווען סאיז דא א פארמעסט פון וויין און איינער פארשטייט נישט צו וויין איז איין פראבלעם, אבער ווען איינער קומט אריין ביי א פארמעסט פון וויין און ברענגט א גאר טייערער וואונדבארע בראנפן, ווי איז שייך צו רעיטן די בראנפן קעגן די וויין סאיז דאך גאר גאר עפעס אנדערש!
ווען סאיז דא ווען די אפשן פון 'גאלד סטאר' וואלט איך געדריקט און דו ביסט יעצט דער געווינער.
און ווי איך האב שוין געשריבן אויבן די ארטיקל האט עפעס וואס קיינער האט נישט, דו קענסט איבערליינען און איבערליינען און אויך ביים צענטן מאל ליינען יעדע שורה און נישט פילן אז מקען סקופן איינס צוויי ווערטער ווייל איך האב שוין געליינט.