#3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

#3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

פאעזיע און בילד #3
Designer (4).jpg
Designer (4).jpg (336.69 KiB) געזען 579 מאל
אונזער איצקעלע
א הויז א פיצקעלע

פארמאגן טוט ער
קוים אריין פיט-ער

די טישן און בענק
איז אים זייער ענג

א שנעלע לויף
צום חכם'ס הויף

זיך אויסרעדט-ער
זיין ווייטאג געט-ער

א הויז א קליינעם
קוים פלאץ פאר איינעם

---
געדרענגעניש שווער-איז
דיין צער איך הער-עס

ווייטאג איך טוה שפירן.
כ'טוה דיר רעקאמענדירן.

פון שטאל דיין בהמות
נעם צו דיר אהיים עס

מיטן תמימות בלויז
פאקט אן זיין הויז

אלע צוועלף טשיקן
אינדערהיים אריינדריקן

פאלגענ'דיג די איד גאר קליג
ריקט אריין אלע שאף און ציג

----
א וואך פארביי
ער איז דא פונ'סניי

דיך געפאלגט טאקע
ס'העלפט אבער א מכה

נאר גאר פארקערט
מיר מער ס'שטערט

אויפן טיש שטיי איך
מיט א שטאל ריח

מיט מיין פערד און ציגן
איך ברויך זיך קריגן

די מצב אנגעשטרענגט
אסאך מער פאר'ענגט

דער קליגער אידעלע
זאגט הער אויס ברודעלע

זאלסט צוביסלעך ארויסריקען
א טשיקען נאך א טשיקען

שטייטלעך יעדען טאג
נאך עפעס ארויס טראג

---
יעדע זאך וואס איז ארויס
גרעסער ווערט זיין הויז

פלוצלינג איז געווארן בעסער
זיין הויז איז געווארן גרעסער

---
פילסט זיך פארקוועטשט?
אלעס פארוועטשט?

נעם דעם מעשה אין מיינ"ד
וועסטו זיך טוישן צו א ווא"ן א"ף ע"י קיינ"ד!!!


AI בילד דורך @אלטע קוגל



פאר פאעזיע און בילד #1 דרוקט דא

פאר פאעזיע און בילד #2 דרוקט דא
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

טייערע יוחנן
געליינט דיינע גראמען

יעצט כ'פרעג
אויב איך מעג

זאגן א פשוט'ן
קאמפלימענט אן א טאן

אדער עס מיז
גראמען פאעיז

א מומחה בינעכניש
פשוט בטלניש

אנע טאלאנטן
ווילעך דיר באדאנקן

גיי אן ווײטער
גראמען מיט בילדער

לייקס וועלן פליסן
צו דיינע שירעלעך די זיסן
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

@בטלן דיינע געפילן פארשטיי איך אויך אן גראמען!

שכח!
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

סופער איט איז
זאגן איך מוז

שארף און קורץ
מיט מח און הארץ

ס'קוקט אויס אזוי עכט די טשיקן די ציגעל (ע)
געמאכט דורך @אלטע קוגל

ס'געבט נאר צו דיינע געפילן רויע'ן
געשריבן דורך @יוחנן כהן
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 10:54 am
סופער איט איז
זאגן איך מוז

שארף און קורץ
מיט מח און הארץ

ס'קוקט אויס אזוי עכט די טשיקן די ציגעל (ע)
געמאכט דורך @אלטע קוגל

ס'געבט נאר צו דיינע געפילן רויע'ן
געשריבן דורך @יוחנן כהן
קוגל, ציגל.... איך הער...

שכח!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אלטע קוגל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 10:58 am
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 10:54 am
סופער איט איז
זאגן איך מוז

שארף און קורץ
מיט מח און הארץ

ס'קוקט אויס אזוי עכט די טשיקן די ציגעל (ע)
געמאכט דורך @אלטע קוגל

ס'געבט נאר צו דיינע געפילן רויע'ן
געשריבן דורך @יוחנן כהן
קוגל, ציגל.... איך הער...

שכח!
מיין רבי פלעגט זאגן, אז מ'מוז מוז מען!!
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
מאדערן ארט
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 01, 2024 2:41 pm

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאדערן ארט »

איך פלאץ,
ווייל קיין פלאץ,
איז שטא אין פאלאץ.

דיין זאץ,
זעצט די זאץ,
אפי' פארהאן מייז און קאץ.
בערשטלעך-קנעפלעך-פעדערן-ווערטער-פאעזיע-און וואס נישט = מאדערן ארט
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

געדרענגעניש
ווי אין געפענגעניש
ווי קען מען ווייטער אנגיין?

איך ברויך קיין טערעפי אדער קיין טוען
ווייל אונז האבמער @יוחנן כהן
און געט די גאנצע וועלט אנדערש צו פארשטיין!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

שכח @די זוהן פון קהלת @מאדערן ארט @על פי פשטות פאר די גוטע פידבעק!
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: #3 פאעזיע און בילד מיט @אלטע קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

הערליך
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”