פאקט בלייבט פאקט,ביי 99% כלל ישראל איז א ווידעאו קעמערא א לכתחילה,און עס ווערט גענוצט ביי די פרומסטע משפחות. איי די קול קורא’ס? א גוטע קושיא וואס ווערט שוין אויסגעשמועסט אין די אשכול וואס דו האסט צוטירט.
מיין קליינע דעת בעל הבית זאגט מיר אז די מציאות האט זיך געטוישט זייט די קו”ק זענען געשריבן געווארן אדער די רבנים האבן מחליט געווען אז דאס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בו, עס איז צו אריינגעגעסן און טאקע דערפאר וועסטו נישט הערן קיין מחאות דערויף פון רובא דרובא פראמינענטע רבנים פון אונזער דור.
זאל זיין וויאזוי עס זאל זיין, עס איז דא א פראבלעם פון אינטערנעט און אויף דעם איז מחודש געווארן די מציאות פון א כשרע פאון. קומען אפאר אנשי בליעל און זעען עס פאר א געלעגענהייט צו ארויפצווינגען זייער משועגעתן אויפן ציבור.
וואס האט עס אויפגעטוען? עס האט גענומען די מלחמה קעגן סמארטפאונס א טריט אויף צוריק.
דאס איז וואס קאסובע רבי זי”ע האט זיך אפגערעדט, פארוואס שטייט מען אין די וועג פון די וואס ווילן צושטעלן א דרכא אחרינא אנטקעגן סמארטפאונס.
איז די פאון אויף סעיל אין בינגא עפראווד דורך די ווילאמסבורגע מוסדות אזויווי די POM? @ראטשילד
כ'קעניש זעהן די סיבה פארוואס מען זאל עס אסרן
איך קען אויך נישט.
אין פאקט איז "נישט" עפראווד אזויווי די פאם.
אין פאקט, איך אויך נישט....אבער.....עס איז כמעט זיכער הונדערט פראצענט איז אין די ניער פיוטשער גייען עס נישט די מוסדות אפראווען.
@ארי איז א צדיק פארן פראבירן העלפן כלל ישראל מיט אסאך כשר'ע כלים. אבער ביי די פאון איז ער ביזדערווייל נישט מצליח געוען....ווי געשריבןדא.
איך האב אסאך גוטע פריינט וואס האבן געקויפט די מיינד פאון און האלטן עס פשוט אין שאפע אדער אין בוידעם ווייל זיי קענען זיך נישט באווייזן מיט דעם אין ביהמ"ד (ספעשל אין די וואס עס געפינט זיך די השמיעיני קולך אין די ביה"כ).
פאקט! זיי עס מברר! צו עס איז גערעכט צו נישט, קען מען זיך טענה'נן אבער דאס איז די פאקט.
אויב @ארי קען, וואלט געווען א מורא'דיגע מצוה צו ארויסגעבן די זעלבע פאון מיט די עפפס אין א קלענערע ווערזשען אין בדרך הטבע קען עס אייננעמען די וועלט.
איך האב געהערט אסאך טענות אויף די פאון אדער אויף די....עסקנים וואס זיצן און שמועסן אויס.......אויף די מיינד איז כולם פה אחד ענו ואמרו: וואס....דאס קוקט דאך אויס ווי א סמארטפאון..... יעצט...ליידער ווער עס ווייסט ווייסט אז די פליפ פאונס זענען ליידער אסאך מער שעדליך פאר די יוגענט ווי די מיינד פאונס.. קיין "איין" בחור האט נאכנישט געזעהן קיין ראיה אסורה אויף די מיינד פאון משא"כ.......