מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

לייקוס
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

יישר כח גדול פארען מיטטיילען דיין אוטענטישע סחורה
סבארירט די נשמה
ברענג נאך איך טרינק איעדעס ווארט.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4399
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח בני ישראל און די אנדערע פארן מיטטיילן
איך פיל ממש ווי איך לעב עס יעצט מיט

שקויעך פארן נעמען די מיה
זכות הרבים תלוי בך
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

?אפשרטאקע האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 10:24 pm


פלעגט קענען איינדרימלען פאר א סעקונדע, און זיך תיקף גענומען האסטיג שאקלען נישט
דערמאנסט מיר
ער פלעגט קענען זיך ווארפן / שפרינגען זיך צו האלטן אויף ביים דאווענען אדער בענטשן,
אנגעגאנגען אזוי
ממש אין לשער
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

יישר כחכם @בני ישראל
שרייב נאך פון דיינע אריגינעלע שטריכן וואס ברענגען אביסל ארויס וואסערע כאראקטער די צדיק וקדוש וואס מיר האבן פארלוירן
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

Worth to listen

אינטערוויו: "איך האב געלערנט מיט רבי ישעי' יאנקעלע אין חדר, ער איז אלס געווען שוואך ווי א נאדל, ער איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פונעם זיידן", אינעם זעלבן כיתה אויף סענדז סטריט ווי מען איז געשטאנען און געקוקט זיין דאווענען / אלס דרייווער פון מאנטרעאל / די עבודה ביי די ניגונים / וויאזוי דער זיידע און טאטע האבן זיך מיט אים געטאטשקעט, און פארוואס מען איז צוריקגעפארן באדאנקן ר' אייזיק האניג : ר' משה פישער
https://www.yiddish24.com/interviews/12/113171
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

אינטערוויו: "דער רבי איז געווען די שפיגעלע פון שטאט", מאנטרעאל אידן בענקן זיך צו די גוטע יארן ווען דער צדיק'ל רבי ישעי' יאנקעלע זצ"ל האט דארט געוואוינט, "איך האב געהאט די זכי' צו לערנען מיטן רבי'ן בחברותא", מען האט געהאט א מורא'דיגע קשר מיטן רבי'ן, "עלי יניח צדיק את ראשו"
ב' כי תצא פ״ד

הרב משה יואל שפירא, מאנטרעאל, קאנאדא
27:03
https://www.yiddish24.com/interviews/12/113151
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

די רבי האט אמאל געזאגט
ווי קען מען אינזין האבן זיך צו מוסר נפש זיין ביי די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה, ווי עס שטייט אין צעטיל קטן, האט ער געזאגט ביי אלוקי אברהם , יצחק,יעקב, קען מען אינזין האבן זייער מסירת נפש.

די רבי פלעגט היפש נאכזאגן, אז אמאל איז געווען א לעבאבישער חסיד וואס האט געדאווענט אין איז געשטאנען ביי פותח את ידך און נישט געגאנגען ווייטער, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט ווייטער, האט ער געזאגט אז עס איז אים גיט דא.

די רבי פלעגט פארלערנען אור החיים הקדוש נאכן דאווענען פרייטאג צונאכס נאכן דאווענען

די רבי האט געהאט א הרגשה, ער האט מיר אמאל געפרעגט האסט געדאווענט מיט מנין היינט, פינקט און א טאג וואס איך האב נישט, אזוי כמה וכמה זאכען

אויב האט ער מיר געוואלט זאגן מוסר, פלעגט ער פרעגען "איך קען דיר עפעס זאגן" און אזוי פלעגט ער זאגען, אבער איך געדענק כמעט נישט ער זאל מיר זאגען דיירעקט מוסר, אבער ער פלעגט מיר יא פרעגן אפט די טוסט דעיס,(למשל די לערסט פארן דאווענען (נישט אז ער האט מיר דאס געפרעגט איך גיב נאר א דוגמה)) און נישט געווארט פאר א ענפער

אמאל פאר מיין שווערסטערס חתונה האב איך אים געבעטן צו רעדן צו איר עפעס פאר הכנה פאר די חתונה, האט ער איר געזאגט, מען דארף זיין פרייליך אז מען גיין אויפבויען א אידישע שטוב, אזאלעכע ווערטער איך געדענק נישט בדיוק

ער פלעגט גיבן שעורים פאר חתנים = איך געדענק ער האט געזאגט אז נאך די חתונה איז דא פארשידענע זאכען אבער ווען מען גייט און כולל טראכט מען נישט פון דערהיים,
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

עס האט מיר פארציילט איינער וואס האט געוואוינט און ארץ ישראל א שטיק צייט
און רבי האט אים עטליכע מאל גערופן אז ער זאל טראגן געלט פאר דעם און יענעם, און ער האט אים גלייך איבער געגעבן די געלט פאר א שליח און מאנטריאל
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

בני ישראל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:28 pm
זיי פריילאך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:19 pm
ואתם הדבקים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:11 pm
ייחוס זוכער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 4:00 pm
איז דער סקולענער רבי געווען אין א"י נאך וואס ער איז נישט געווען געזונט תשע"ב? אויב יא, ווי איז ער איינגעשטאנען? און אין וועלכע שטאט ?
יא געווען ל׳׳ג בעומר די יאר פאר ער איז געווארן רבי דאכט זיך
יא יא, איך געדענק אז ס'איז געווען זייער מפורסם די נסיעה, און אז בעיקר איז עס געווען וועגן חסד לאברהם.
ער האט דעמאלטס באזוכט און אלע אפטיילונגען פון חסד לאברהם, און שטארק מחזק געווען די הנהלה מיט די תלמידים
בעיקר די חסד לאברהם און מירון וואס ער האט דעמאץ צרוק געפענט (די מירון חלק איז געווען פארמאכט פאר א תקופה) און די רבי האט זיך אונטערגענומען פאר זיין רפואה צו עס צרוק עפענען
איז ער דעמאץ געפארן דארט מחזק זיין (איך געדענק נישט אז ער איז געגאנגען צו די אנדערע חסד לאברהם אפטיילונגען, אבער קען זיין)
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

בני ישראל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 11:13 am
די רבי האט אמאל געזאגט
ווי קען מען אינזין האבן זיך צו מוסר נפש זיין ביי די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה, ווי עס שטייט אין צעטיל קטן, האט ער געזאגט ביי אלוקי אברהם , יצחק,יעקב, קען מען אינזין האבן זייער מסירת נפש.

די רבי פלעגט היפש נאכזאגן, אז אמאל איז געווען א לעבאבישער חסיד וואס האט געדאווענט אין איז געשטאנען ביי פותח את ידך און נישט געגאנגען ווייטער, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט ווייטער, האט ער געזאגט אז עס איז אים גיט דא.

די רבי פלעגט פארלערנען אור החיים הקדוש נאכן דאווענען פרייטאג צונאכס נאכן דאווענען

די רבי האט געהאט א הרגשה, ער האט מיר אמאל געפרעגט האסט געדאווענט מיט מנין היינט, פינקט און א טאג וואס איך האב נישט, אזוי כמה וכמה זאכען

אויב האט ער מיר געוואלט זאגן מוסר, פלעגט ער פרעגען "איך קען דיר עפעס זאגן" און אזוי פלעגט ער זאגען, אבער איך געדענק כמעט נישט ער זאל מיר זאגען דיירעקט מוסר, אבער ער פלעגט מיר יא פרעגן אפט די טוסט דעיס,(למשל די לערסט פארן דאווענען (נישט אז ער האט מיר דאס געפרעגט איך גיב נאר א דוגמה)) און נישט געווארט פאר א ענפער

אמאל פאר מיין שווערסטערס חתונה האב איך אים געבעטן צו רעדן צו איר עפעס פאר הכנה פאר די חתונה, האט ער איר געזאגט, מען דארף זיין פרייליך אז מען גיין אויפבויען א אידישע שטוב, אזאלעכע ווערטער איך געדענק נישט בדיוק

ער פלעגט גיבן שעורים פאר חתנים = איך געדענק ער האט געזאגט אז נאך די חתונה איז דא פארשידענע זאכען אבער ווען מען גייט און כולל טראכט מען נישט פון דערהיים,
פליז שרייב נאך.
ראש גולם אריאל
ערענסטע יונגערמאן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:18 am

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערענסטע יונגערמאן »

לערנענדיג אין די סאטמארע ישיבה תורת משה אין מאנטריאל, האבן מיר זוכה געווען צו האבן שייכות מיט'ן סקולענער רבי זצ"ל, און כ'האב אסאך מאל מיטגעהאלטן די סעודת ליל שב"ק, די כל מקדש און די דברי תורה, בביתו נאוה קודש, און נאך פארשידענע געלעגנהייטן מיטגעלעבט בצל קדשו.

איך וועל אפשרייבן אפאר קורצע נאטיצן פון זכרון.

• אמאל ווען כ'בין געווען אנוועזנד חנוכה ביים ליכט צינדן בביתו נאוה קודש (לפי זכרוני איז דאן געווען דארט נישט מער ווי 10 צי אפשר 15 אידן/בחורים) איז הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא געקומען צום ליכט צינדן און זיך צוגעקוקט צו די הייליגע עבודה, נאכ'ן צינדן, ביים לחיים, האט דער רבי ("רבי ישעי' יעקב" ווי יעדער איו מאנטריאל האט אים גערופן) אנגעהויבן די ד"ת מיט א התנצלות, "באמת וואלט איך געדארפט גיין צום דיין, אבער אז דער דיין איז געקומען צו מיר..."
אוי דאס מתיקות...

• איין יאר פורים (מחשש גילוי וועל איך נישט שרייבן די יאר) נאכמיטאג בינעך געווען מיט א גרופע בחורים בביתו נאוה קודש, און זייענדיג בגילופין האב איך אויסגערופן "מ'גייט זאגן תהילים לרפואת סקולענער רבי" (דעם רבי'נס טאטע הרה"ק רבי ישראל אברהם זצ"ל מסקולען וואס איז דאן געווען אין א שווערע מצב), זאגנדיג אז אין דעם גרויסן טאג פון פורים גייען מיר פועל'ן א רפואה פאר דעם צדיק, און אן פרעגן רשות.. האבעך מיך אויפגעשטעלט אויפ'ן בענקל (צי אפשר אויפ'ן טיש, כ'געדענק נישט) און פארגעזאגט קאפיטל כ', יענך ה' ביום צרה, פסוק בפסוק.
וויפיל בחורים ס'האבן נאכגעזאגט ווייסעך נישט, אבער דער רבי, מיט זיין פשטות און עניוות, האט זיך אויפגעשטעלט פון בענקל און נאכגעזאגט פסוק בפסוק דעם גאנצן קאפיטל, און דערנאך מיך נאך באדאנקט... און ווארעם אנגעוואונטשן...

• בעפאר כ'בין אהיימגעפארן פון ישיבה האב איך זוכה געווען צו א פריוואטע 'חתן שמועס' פונעם רבי'ן (נאכ'ן זיך איינבעטן ביים משב"ק הר"ר יצחק יעקב דייטש הי"ו, וועלכער איז אגב געווען א משגיח אין די ישיבה, אז איך וויל א חתן שמועס, האט ער מיר ענדליך נאכגעגעבן און געזאגט דעם פונקטליכן זייגער נאכמיטאג ווען אפצואווארטן אין ביהמ"ד), די שמועס איז פארגעקומען אין ווייבער-שול פון ביהמ"ד מאור הגולה (כ'האב ערגעץ אפגעשריבן דעם תוכן פון די שמועס, מ'דארף עס אפירזוכן..), און דערנאך האב איך איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן צוויי הונדערט דאללער וואס מיין טאטע האט געשיקט.
דער רבי האט דאס נישט געוואלט נעמען, קלערנדיג אז דאס איז פון מיין אייגנס, און ווען כ'האב געזאגט אז מיין טאטע האט דאס געשיקט (מיין טאטע האט זיך נישט געקענט דירעקט מיט'ן רבי'ן, נאר געשיקט מיט מיר געלט פאר די מגידי שיעור און פאר די שיינע אידן פון מאנטריאל צו וועם איך בין ארומגעלאפן פאר א חתן שמועס...), האט דער רבי זיכער געמאכט איינמאל און נאכאמאל אז מיין טאטע האט דאס טאקע געשיקט, און דאן האט ער באוויליגט צו נעמען דאס געלט.

המשך יבא אי"ה
לעצט פארראכטן דורך ערענסטע יונגערמאן אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 6:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

איך פלעג אסאך פארן קיין מאטריאל, און עס איז געווען א יוד וואס פלעגט מיט מיר שיקן פאר די רבי קבלה ספרים (ער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט אז ר ישעי יעקב קען די קליינע אותיות) און איך פלעג עס איבער גיבן איין מאל ווען איך האב אים געברענגט אזא מתנה זאגט מיר די רבי מיט א שמייכל און ביטול, ער מיינט אז איך בין א מקובל, אויף די וועג וואס ער האט עס געזאגט מיט א שמייכל ווי כאילו ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים (למעשה ווייס איך נישט צו ער האט עס געלערנט צו נישט, )

איינער וואס פלעגט אים משמש זיין האט מיר פארציילט, אז ער איז אמאל געווען מיט אים ביים מאור ישראל זיין טאטע און די רבי האט געזאגט פאר זיין טאטע אז ער העלפט מיר , אויף דער בחור וואס האט אים משמש געווען, האט די רבי דער מאור ישראל געזאגט בזה הלשון, ער העלפט דיר? ער העלפט זיך! (מיינענדיק צו זאגן אז עס איז א זכיה פאר אים צו העלפן ר ישעי יעקב )
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

אמאל ביי סאפיר די רבי האט זיך געוואשן, נאכדעם האט ער געפרעגט צו איינער גייט נאכמאכן א המוציא ווייל ער וויל מוצאי זיין, און עס איז נישט געווען קיינער, האב איך געזען ווי ער פארמאכט די אויגן און זאגט פאר זיך איבער די ברכה אן א שם עטליכע מאל, ויהי לפלא (עס איז בכלל נישט געווען זיין טייפ)
ערענסטע יונגערמאן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:18 am

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערענסטע יונגערמאן »

מוצאי שבת פלעגן בחורים פון די סאטמארע ישיבה גיין צו מלוה מלכה פונעם רבי'ן וואס האצעך פארצויגן ביז שפעט (אין מיינע צייטן פלעגט וועכנטליך קומען א גרופע יונגעלייט פון טאהש צו מלוה מלכה) און שטייצעך אז א טייל בחורים זענען צוליב דעם זונטאג אויפגעשטאנען שפעט...
דער מנהל הישיבה הר"ר אהרן כ"ץ שליט"א האט געמאלדן אז מ'קען גיין צו מלוה מלכה נאר בתנאי אז מ'איז זונטאג צייטליך אין ישיבה.
ווען ס'האט נישט צופיל געהאלפן, איז ר' אהרן געגאנגען צום רבי'ן און זיך באקלאגט אז די בחורים וואס קומען צו מלוה מלכה, קומען זונטאג שפעט אין ישיבה...
די קומענדיגע מוצאי שבת, האט דער רבי מיט זיין זיסע פשטות געזאגט פאר די בחורים אז דער מנהל ר' אהרן האט זיך באקלאגט אז די בחורים וואס קומען צו מלוה מלכה זענען זונטאג שפעט אין ישיבה, און דער רבי האט אויסגעפירט, "אויב וועט מען נאך זיין שפעט אין ישיבה, וועט מען מער נישט קענען קומען...".
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

יעצט געהערט אז די רבי זצ"ל איז אמאל געווען ביי א ברית און עס זענען אריבער עטליכע יודן איינער האט געזאגט פאר די גבאי אויף איינע פון די יידן וואס זענען דורך אז ער איז נישט קיין שומר שבת ליידער, די גבאי האט נישט געוואלט זאגן פארן רבי, שפעטער ווען די רבי איז ארויס זאג די רבי צום גבאי ביך שפיר אז כהאב געגעבן די האנט פאר נישט א שומר שבת
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

איך ווייס איינער האט אמאל געפרעגט די רבי אויף א געוויסע שידך, די רבי האט געזאגט אז מען זאל זיך בעסער נאך פרעגן, למעשה איז גארנישט געווארן פון דער שידך, שפעטער ביי א אנדערער שידך האט מען געפרעגט אז מען האט ספיקות אויף יענע שידך האט די רבי געזאגט ער איז דאך א יראי שמים וואס דארף מען מער פרעגן, און דער שידך האט זיך גענדיגט במזל טוב
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

די רבי האט אמאל פארציילט אז ער איז געפארן צו זיין זיידע (נועם אליעזר) און האט פארגעסן זיין שבתדיקע הוט, האט אים זיין זיידע געזאגט דער עיקר אז די קאפ איז שבתדיק

אויך האט די רבי נאכגעזאגט פון זיין זיידע אז ווען מען קומט שפעט און די מנין זאל מען ענדערש דאווענען שנעל אפילו מען קען נישט מכוון זיין, כדי מען זאל דאווענען מיט מנין און נאכן דאווען זאל מען זאגן קאפיטל תהילים מיט כוונה
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

די רבי האט קיינמאל געבטלט קיין צייט אפילו זיך אפרוען נאך א עבודה, אייביג געווען גרייט פאר נאך,
שמועסן איז נאר געווען אדער אויסהערן א יוד, אדער ביי א טיש וואס ער פלעג עפעס וועלן ארויסברענגען,
ווען מען האט גערעדט צו אים האט מען געפילט ווי ער איז באמת אינטערעסירט צו וויסן וויאזוי עס גייט ביי דיר,,
די רבי פלעגט אייביג לערנען חוץ אויב ער האט געדארפט עפעס אנדערשט טון,
איך געדענק אמאל די רבי איז געפארן קיין ניו־יארק און מען האט געווארט פאר די קאר ביז דערווייל איז די רבי געשטאנען ביים דייניגררום טיש מיטן שטריימל באקס פאר זיין שטענדער און געלערנט, ביז די קאר איז אנגעקומען און אריין און קאראון ממשיך געווען דאס לערנען.
זיין דאווענען איז געווען מתוק , מיט א פלאם ער פלעגט זיך אינטערזינגען ביי פארשידענע שטיקלעך ווי ישלח לקץ הימים (א סקולענער ניגן ביי יגדל), אזוי אויך המלך המרומם לבדו מאז פלעגט ער זינגען א תנואה פון די יאקאב ניגון,
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

בני ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:18 pm

אויך האט די רבי נאכגעזאגט פון זיין זיידע אז ווען מען קומט שפעט און די מנין זאל מען ענדערש דאווענען שנעל אפילו מען קען נישט מכוון זיין, כדי מען זאל דאווענען מיט מנין און נאכן דאווען זאל מען זאגן קאפיטל תהילים מיט כוונה
דאס האב איך אויך געהערט מפיו
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

נאך א נקודה די רבי און מאנטרעאל איז נישט געווען אויפגעסעט מיט א הערלעכע ספרים שוטב וכדומה
ער פלעגט לערנען און זיין דייניגררום (עס האט נישט געהאט קיין טור) ער פלעגט ניצן זיין שטריימל באקס פאר א שטענדער, אויך פלעגט ער קענען שטיין ביי די וואנט ווי עס איז געליגן אסאך צסאמגעלייגטע בענקלעך אויף דעם די גמרא און לערנען שטייענדיק
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

אמאל געפרעגט די רבי ווי אזוי מען גרייט זיך צום דאווענען און האבן א גוטע דאווענען, האט ער מיר געזאגט אז מען גרייט זיך און נאכדעם ווי אזוי די דאווענען גייט גייט עס און זיך נישט שטעלן, די עיקר אי די התחלה (עפעס אזוי)
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

אויף די ניגון ביי קול מקדש פאר משוך חסדך
האט די רבי געזאגט אז די נידריגע פאל איז דאנקן פאר ביז יעצט און די הויכע פאל איז בעטן אויף ווייטער
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”