מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אכט
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

מה׳ מצעדי גבר כּוננו ודרכּו יחפץ.

כבּין עכט נישט קיין שרייבּער און איך האף אז קיינער גייט נישט נערוועז ווערן פון מיין שרייבאכטסער.

לעצטענס איז מיך אויסגעקומען צו זיין אין די עיר ואם בּישראל וויליאַמסבּורג צו מסדר זיין עטליכע געבּרויכן, שׁפּאַנצירענדיג אויף דעם קרומע דיוויזשען גאַס ווילענדיג גרייכן דעם לעגאַנדען גאָטליעבּ׳ס רעסטוראַנט, קומט מיר א יוד אנקעגן מיט איין בּהלה און פרעגט מיר אויב איך קען אפשר אריינקומען פאר אפאר מינוט צו מנין, א סקרוך איז מיר דורך אין די בּיינער, נאכאלעם איז מיטהאַלטן יציאַת נשׁמה נישט פון די בּאַ׳טעם׳סטע זאַכן, ווער רעדט נאָך ווען ס׳איז שוין צוויי נאָכמיטאָג און זיצענדיג אויף א פּאָר מיטונגן איז מיר נישט אויסגעקומען מער ווי טרינקן א קאַווע פּער יעדע מענטש מיט וועם איך בּין געזעצן און דאָס הונגער נאָגט און דער גוף פאָדערט דאָס זייניגע, אבּער דעם פרעמדענס בּקשה האָט מיר איבערגענומען און מיט שנעלע טריט האָבּ איך אָנגעהויבּן נאכלויפן דעם פרעמדן, און ער פירט מיר אריין אין אַ צימער ווי עס געפונען זיך ניין יודן צווישן זיי אַפּאָר ווייסע בערד, כנראה וומ״ב רבנים וואָס זענען מיר נאך קיינמאל פארדעם אויסגעקומען צו זעען.
פרעג איך דעם יונגערמאן וואס האט מיר אריינגעשלעפט וואס ס׳גייט פאָר, די מצב קוקט טאקע אויס אָנגעצויגן אָבּער ס׳שׁמעקט נישט ווי אַ מעמד יציאַת נשׁמה. זאָגט ער מיר אַז כ׳זאָל וואַרטן איין מינוט און כ׳וועל אַלעס זעען.

דער עלטסטער פון די רבנים רופט זיך אָן די פרוי זאָל אריינקומען און ס׳עפענט זיך א זייטיגע טיר און א פרוי שטייט אין איר [דא האב איך שוין געכאפט וואס די רעדע איז און סאיז מיר געווען גאנץ אַ אינטרעססאנטע ספעקטאל, כ׳וואלט עס נישט געוואלט נאכאמאל מיטהאלטן אבער אז מהאט מיך עס אזוי צוגעפירט, האב איך זיך אנגעהויבן צוקוקן מיט גרויס אינטערעסע..) און די רב הויבט אָן מסבּיר זיין פאר א יונגערמאַנטשיק וואס שטייט דארט אין א זייט, אז ער גייט נעמען דעם צעטל און עס אנכאפן מיט צוויי פינגער און די פרוי דארף האלטן צוזאמען ביידע הענט צו זיין גרייט צו נעמען דעם צעטל, נאכן נאכזאגן ווארט ביי ווארט גיי דער יונגערמאַנטשיק אפּלאזן די צעטל און עס גייט האפענטליך געלונגען אין איר הענט, און טאמער נישט וועט מען איבערמאכן די שפיל ביז ס׳געלונגט.

און דער עלטסטער הויבט אן פארזאגן ׳הרי זה גיטיך׳ און ער פארטייטשט אויף יודיש און דער מדובר זאגט נאך, און צום סוף זאגט ער ׳לאז עס אפ׳ און ס׳איז געלונגען אין די פרוי׳ס הענט, נאכדעם האָט דער גרעסטער פון בּית דין געהייסן דעם פרוי צומאכן איר הענט מיט דעם איינגעקנייטשטן צעטל אינעוויינדיג און זיי האבן נאכדעם געהייסן די פרוי שפאנצירן ד׳ אמות מיט דעם צעטל אינטערן אָרעם און נאָכדעם האָט עס בי״ד צוריקגענומען, איבערגעליינט, און אַרויסגענומען אַ דזשילעט פון טאַש און עס צו מיין שאָק פשׁוטו כּמשׁמעו צושׁניטן.

נאָכדעם, האָט מען מיר בּאַפרייט. אָבּער דא האָבּ איך שוין געוואלט מיט האַלטן בּיז צום סוף. האב איך געזען אז בי״ד האט געגעבן א צעטל עקסטער פאר די מאַנספּערזאָן און עקסטער פאַר די פרוי-גרוּשׁה און געזאָגט אַז אַזוי ווי דער גט איז שוין צוריסן דאַרפן ביידע נעמען דעם מעשה בּי''ד צעטל און דאָס דינט אַזוי ווי א רעסיט אַון מיט דעם קענען בּיידע גיין חתונה האָבּן. די מאן תיכף ומיד און די פרוי נאָך עטליכע און ניינציג טעג.

און אזוי ווי דער מגרש איז ארויס פון בי״ד שטיבל, האב איך אויך אפגעצויגן פון שטח.

זיך געוואונדערט אויבּ איינער קען ערקלערן די הנהגות וואָס זענען פאָרגעקומען דאָרט.

עכט געוואָלט לייגן מיין בּיז דערווייל לענגסטע תּגוּבה אַלץ טויזענסטער תּגוּבה. אָבּער עס קומט מיר כּמעט נישׁט אויס צו שׁרייבּן. זאָל זיין ווי אַזוי עס איז און שוין.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט

יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

טאקע אינטערעסאנט, נו איינער מיט אינפא??
דברי חכמים כדרבונות
מראה המקום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

Screenshot 2024-09-16 110712.jpg
Screenshot 2024-09-16 110712.jpg (92.14 KiB) געזען 924 מאל
Screenshot 2024-09-16 110732.jpg
Screenshot 2024-09-16 110732.jpg (142.47 KiB) געזען 924 מאל
אזוי גייט א סדר הגט
על פי כמה סוגיות הנוגעים ל'ונתן בידה'
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

חוץ די אופן פון איבערגעבן איז אלעס פשוט’ע גמרא רש”י אין גיטין.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אויך מיר יציאת נשמה... דו שרייבסט פיין.
אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:32 am
חוץ די אופן פון איבערגעבן איז אלעס פשוט’ע גמרא רש”י אין גיטין.
און די גמרא שטייט אז די פרוי באקומט נישט די גט?
סשעפערט
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 30, 2023 2:16 pm

תגובה דורך סשעפערט »

אשר אנשיל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:46 am

עי' סוף מס' כתובות

סשעפערט האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:47 am

דף?

אשר אנשיל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:48 am

אויסענווייניג דענק איך נישט, וועל בל''נ באלד נאכקוקן (אויב א צווייטער וועט נישט פריער ברענגן)

די ענין איז אז מ'זאל נישט קענען איבערניצן די גט עטליכע מאל צי טובע זיין איר כתובה געלט
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

סשעפערט האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:50 am
אשר אנשיל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:48 am
סשעפערט האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:47 am
אשר אנשיל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:46 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:32 am
חוץ די אופן פון איבערגעבן איז אלעס פשוט’ע גמרא רש”י אין גיטין.
און די גמרא שטייט אז די פרוי באקומט נישט די גט?
עי' סוף מס' כתובות
דף?
אויסענווייניג דענק איך נישט, וועל בל''נ באלד נאכקוקן (אויב א צווייטער וועט נישט פריער ברענגן)

די ענין איז אז מ'זאל נישט קענען איבערניצן די גט עטליכע מאל צי טובע זיין איר כתובה געלט
ער רעדט פון פ''ט
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט

יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

אשר אנשיל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:46 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:32 am
חוץ די אופן פון איבערגעבן איז אלעס פשוט’ע גמרא רש”י אין גיטין.
און די גמרא שטייט אז די פרוי באקומט נישט די גט?
א תקנה שפעטער וועגן אסאך פראבלעמען וואס קען זיך מאכן און עס האט זיך געמאכט
איינער האט דערמאנט דא פריער אז מען זאל נישט איבערניצן די גט פאר א צווייטן ווייל עס דארף זיין לשמה
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

און מען דארף זיכער מאכן אז עס איז ברשותה
אוועטאר
פינעווער
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:10 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער/ביכל.

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינעווער »

אכט האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 5:35 pm
ווען איך האב זיך גע'גט נמג האב איך פראבירט צו רופן אפאר חברים עס מיטהאלטן. עס איז אינטערעסאנט. אבער ס'האט זיך נישט אויסגעשטעלט.
אבער אפי' עס די אייגענע גט איז עס אינטערסאנט. אויסער די פאקט אז מען טאר נישט רעדן אפאר שעה..
אלעס וואס מען טוט איז הלכות און מנהגים.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:13 pm
באגרייפעכצערייאונגענערישן.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

פינעווער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:12 pm

ווען איך האב זיך גע'גט נמג האב איך פראבירט צו רופן אפאר חברים עס מיטהאלטן. עס איז אינטערעסאנט. אבער ס'האט זיך נישט אויסגעשטעלט.
אבער אפי' עס די אייגענע גט איז עס אינטערסאנט. אויסער די פאקט אז מען טאר נישט רעדן אפאר שעה..
אלעס וואס מען טוט איז הלכות און מנהגים.
פארוואס טאר מען נישט רעדן בשעת מ'שרייבט די גט?

מ'צופליקט די גט כדי מ'זאל נישט קענען מערער זיין דערויף.
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

מ'האט מיך שוין אויך אמאל אריינגערופן פאר א צענטער..
האב איך מיטגעהאלטן דעם זעלבן ספעקטאל ביי אן אנדערן געוועזענע פארפאלק..

איך ווייס נישט צו איך זאל ענדיגן מיט כן יאבדו, אדער מיט זי"ע.
אסאך מאל איז עס ממש א ישועה גדולה ווען עס קומט שוין ענדליך די מינוט... אבער דאך איז עס אזא ווייטאג אז די מזבח איז מוריד דמעות.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
פינעווער
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:10 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער/ביכל.

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינעווער »

תנא-קמא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 8:19 pm
פינעווער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:12 pm

ווען איך האב זיך גע'גט נמג האב איך פראבירט צו רופן אפאר חברים עס מיטהאלטן. עס איז אינטערעסאנט. אבער ס'האט זיך נישט אויסגעשטעלט.
אבער אפי' עס די אייגענע גט איז עס אינטערסאנט. אויסער די פאקט אז מען טאר נישט רעדן אפאר שעה..
אלעס וואס מען טוט איז הלכות און מנהגים.
פארוואס טאר מען נישט רעדן בשעת מ'שרייבט די גט?

מ'צופליקט די גט כדי מ'זאל נישט קענען מערער זיין דערויף.
מ'האט מורא אז דער מגרש וועט זיך ארויסכאפן אז אפשר וויל ער נישט עכט. דאן קען מען אנהייבן פון די קנין אויף די פעדער טינט און פארמעט פונדאסניי.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:13 pm
באגרייפעכצערייאונגענערישן.
לך על זה
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:05 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לך על זה »

wow שכח סאיז שיין צי זעהן אז אלעס וואס מקומט ארויס פין די גמרא אין די מציאותדיגע לעבן אין ווי מאיז חושש אויף יעדע שיטה
אגב דו שרייבסט זייער גוט
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

זייער אינטערעסאנט וואס די שרייבסט, האסט א גוטן פעדער.

און אנדערע ווערטער, די מאן און פרוי נאכן זיך ארום קריגן אזש זיי גייען זיך גט'ן, טרעפן זיי זיך אין איין שטוב ממש ביים לעצטען מינוט.
אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

נישטאמת האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 11:33 pm
זייער אינטערעסאנט וואס די שרייבסט, האסט א גוטן פעדער.

און אנדערע ווערטער, די מאן און פרוי נאכן זיך ארום קריגן אזש זיי גייען זיך גט'ן, טרעפן זיי זיך אין איין שטוב ממש ביים לעצטען מינוט.
אסאך מאל שיקט מען א שליח
שחיטה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

ווער איז מסדר גיטין אויף דיוויזשען נעבן גאטליבס רעסטעראנט?
4g קאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:39 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 4g קאפ »

שחיטה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:41 am
ווער איז מסדר גיטין אויף דיוויזשען נעבן גאטליבס רעסטעראנט?
קען גאר זיין אז טראמפ קומט אויך אהין פאר א גט?....
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יאפ אויך אמאל מיטגעהאלטן. נישט קיין בעטעמטע עסק.
די שרייבסט גאר פיין. טענקיא.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: קענסט אפשר זיין דא אַ צענטער פאר אַפּאָר מינוט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

ווי איז די מקור אז א גט דארף מנין?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”