נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

@הכל הבל וואס וועט זיין דא?
קוק מיר ארויס מיט לעכט פאר פרישע קעיס'עס...
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

הקולמוס שלי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:39 am
@הכל הבל וואס וועט זיין דא?
קוק מיר ארויס מיט לעכט פאר פרישע קעיס'עס...
ס'קומט אן אונטערגעלעקסיאנאלע געריכט אין צוויי וואכן , כ'האף @הכל הבל גרייט זיך דאס צו באריכטן.

ווייס איך נאר נישט אין וועלכע אשכול, דיזער שנירל איז געווידמעט פאר מינדערווכטיגע אמעריקאנער געריכטן.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 9:23 pm
א פרישע באריכט דעקט אויף אז הויפט סופרים קאורט ריכטער דזשאן ראבערטס האט געהאט ארומגעשיקט א געהיימע מעמא צו זיינע אכט קאלעגן און געזוכט פארשטענדעניש איבער די 3 פראמינענטע קעיסעס אינעם פארלאפענעם טערמין אנבאלאנגט טראמפ מיט די האפענונג אז אלע 9 ריכטער וועלן זיך קענען פאראייניגן אויף א געמיינזאמע באשלוס

עווענטועל האט זיך עס איינגעגעבן בלויז אין די קעיס אויב מען זאל אראפווארפן טראמפ פון די בעלאט אין איינע פון די סטעיטס אבער אויף די פרעזידענט אימיוניטי פראגע האט זיך די געריכט געשפאלטן אויף אידעאלאגישע ליניעס און איבער די אבסטראקשען פראגע פון די קעפיטאל איבערפאלער איז עס אויך געווען 3-6 טראץ וואס דארט האט איין ריכטער פון ביידע זייטן געשטימט מיט די אנדערע זייט

די אויפדעקונג ווייסט אויך צו פארציילן אז ארגינעל האט ראבערטס געהאט געהאט צוגעטיילט פאר ריכטער אליטא די עהרע פון שרייבן די אורטייל אין איינע פון די קעיסעס אבער האט צוריקגענומען די כיבוד פאר זיך זעלבסט נאך די סומאטוכע מיט אליטא'ס פרוי וועלכע האט איבערגעדרייט אן אמעריקאנע פאן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 02, 2022 1:15 pm
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
די געוועזענע אלאסקא גאווערנאר און 2008 למספרם רעפובליקאנע וויצע פרעזידענט קאנדידאט סארא פעלין וועט זיך היינט אויסקריגן אין געריכט מיט די ניו יארק טיימס נאך וואס זיי באשולדיגט זיי אין באשמוצן איר נאמען ציען א שטריך פון איר קאמפיין זייטל צו א שיסעריי וועלכע האט געפירט צו פאטאליטעטן און פארוואונדעט צווישן אנדערן אריזאנא קאנגרעספרוי געבי גיפארדס
אפגעשטופט

זי איז געווארן אנגעשטעקט מיטן וויירוס
ריכטער גרייט זיך ארויסצואווארפן די אנקלאגע צוליב מאנגל אין באווייז אבער ערלויבט דערווייל דזשורי פארצוזעצן מיט פארהאנדלונגען
דזשורי ווארפט ארויס די פעילין קלאגע
ריכטער אנטזאגט איר פארלאנג צו באקומען א פרישע פראצעס
א 3 ריכטער פאנעל אויפן צווייטן סירוקט קאורט האט געהאט צוריקגעשטעלט איר קעיס אין אפעקט און די טיימס האט איצט געבעטן אז די פולע באנק זאל איבערטראכטן די באשלוס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2024 2:17 pm
א פעדעראלע ריכטערין פון ברוקלין ניו יארק (נאמינירט דורך פרעזידענט ביידען) ווארפט ארויס אן אנקלאגע אריינגעטראגן דורך די פעדעראלע רעגירונג אקעגן איבעי

די רעגירונג האט באשולדיגט איבעי אין פארלעצן די ריינע לופט אקט מיטן ערלויבן די פארקויף פון פראדוקטן וואס טוען איבערהיפן אויטאמאביל פאלוציע קאנטראל'ס אויף איר פלאטפארמע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מארגן מאנטאג וועט די סופרים קאורט עפענען די סעסיע צום נייעם טערמין און און אנהויבן אויסהערן פרישע קעיסעס
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2024 6:08 pm
איבערמארגן דינסטאג גייט די סופרים קאורט אויסהערן מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס איבער טייוול גאנס וואס די פעדעראלע רעגירונג זוכט צו פארבאטן

די רעדע איז פון ביקסן וואס ווערן פארקויפט אין טיילן און אליינס צוזאמגעשטעלט דורך די קויפער אן וואס מען זאל האלטן א רעקארד דערויף
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 11:00 am
די סופרים קאורט האט זיך אנטזאגט אויסצוהערן א ביטע פון די ביידען אדמיניסטראציע צו קענען אפעלירן א טעקסאס עמורדזשענסי רום אנטי רציחה געזעץ

די אדמיניסטראציע האט געוואלט נוצן א געזעץ וועלכע רעגולירט שפיטעלער וועלכע געניסן פון מעדיקעיר צו מוזן צושטעלן געוויסע סערוויסעס אבער די געריכט פארשטאפט אירע אויערן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 10:59 am
די סופרים קאורט האט זיך אנטזאגט אויסצוהערן א קעיס אריינגעטראגן דורך אילאן מאסק אויף די פראגע פון מעגן מיטטיילן מיט טראמפ ווען א געריכט האט באשטעטיגט א ווארנעט אויף זיין טוויטער אקאונט

א דיסטריקט געריכט און דערנאך די וואשינגטאן די סי קרייז געריכט האבן געאורטיילט אז מאסק מוז צושטעלן די דאטא און איז פארבאטן פון מיטטיילן טראמפ דערוועגן און מאסק וועלכע האט עס פרובירט צו באקעמפן איז געווארן באשטראפט מיט 350 טויזנט דאלאר בעפאר ער האט זיך געבראכן און עס אהינגעגעבן פאר ספעשל קאונסיל דזשעק סמיט

שפעטער אין די פארהאנדלונגען האט מען אים געגעבן ערלויבעניש צו פארציילן פאר טראמפ און אצינד האט מאסק געוואלט אז די סופרים קאורט זאל אורטיילן אז אין די צוקונפט זאל טוויטער זיין ערלויבט מיטצוטיילן די אינפארמאציע אין אזעלכע פעלער אבער די געריכט האט זיך אנטזאגט אויסצוהערן די קעיס
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 12:54 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
◄ ווייז ספוילער
מוצאי ת"ב תשפ"א

פעדעראלע ריכטער אין טעקסאס, ענדרו הענען, האט פרייטאג געאורטיילט אז די א.ג. 'דאקא' פראגראם, וואס איז געשאפן געווארן דורך די אבאמא אדמיניסטראציע און טוט באשיצן טייל אומלעגאלע אימיגראנטן פון דעפארטאציע, איז אומלעגאל.
דער ריכטער האט אבער אנערקענט די גאר שטארקע, און אומגינסטיגע, אפעקט וואס אזא אורטייל קען האבן אויף געניסער פונעם פראגראם, דעריבער האט ער ערלויבט עקזיסטירענדע געניסער צו ווייטער אנהאלטן און באנייען זייער סטאטוס.
די אורטייל וועט אבער אפעקטירן אזעלכע וואס האבן זיך געוואלט, אדער שוין געהאלטן אינמיטן, זיך איינשרייבן צום פראגראם.
פעדעראלע רעגירונג האט פרייטאג אריינגעגעבן אפעלאט פארלאנג ביי די פיפטע קרייז געריכט.
פיפטע קרייז אפעלאט געריכט פארלאפענע דאנערשטאג אויסגעהערט ארגומענטן אין די לאנג פארצויגענע קעיס איבער דאקא.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 12:32 pm
אין א שטארקע זיג פאר ארטאדאקסיש אידישע עלטערן אין קאליפארניע האט א דריי ריכטער פאנעל אויף די ניינטע קרייז געריכט איינשטימיג 0-3 געאורטיילט צוריקצושיקן א קעיס איבער רעגירונג פינאנצירטע שכר לימוד פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן אין רעליגיעזע שולעס

א 1993 למספרם סטעיט געזעץ ערלויבט צו נוצן א א הילף פראגראם וועלכע דעקט די קאסטן פון סטונדענטן מיט ספעציעלע באדערפענישן אין פריוואטע שולעס אבער בלויז אויב זיי זענען פולשטענדיג סעקולאר

א נאן פראפיט קאנסערוואטיווע ארגאנאזאציע האט אריינגעטראגן א קלאגע דערקעגן אין נאמען פון 3 ארטאדאקסישע אידישע עלטערן מיט קינדער וואס זענען דיאגנאזירט מיט אוטיזם און רעדט זיך אפ אז די פובליק שולעס אדער פריוואטע נישט אידישע שולעס זענען נישט געאייגנט פאר זייערע קינדער וועלכע דארפן באקומען כשר'ע מאלצייטן און אנדערע רעליגיעזע אקמאדאציעס

פעדעראלע דיסטריקט ריכטערין דזשאסעפין סטעטאן האט געאורטיילט אקעגן די עלטערן אבער די קעיס איז געווארן אפעלירט צום סירקוט קאורט וועלכע האט זיך דערווייל אפגעהאלטן פון זאפארט פארארדענען אנולירן די סטעיט געזעץ אבער געשריבן אז די געזעץ קוקט אויס צו פארלעצן די פעדעראלע געזעץ וועלכע פארזיכערט פרייהייט פון רעליגיע און צוריקגעשיקט די קעיס צום אונטערשטן געריכט

די אורטייל איז געשריבן געווארן דורך ריכטערין קים מקלעין ווארדלאו (נאמינירט דורך פרעזידענט קלינטאן און פרעג מיך נישט פארוואס איינע פון די פראמינענטע לאקאלע צייטונגען שרייבט אין זייער אפיציעלע באריכט איבער די קעיס אז זי איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא), ריכטערין מארגען קריסטען (נאמינירט דורך פרעזידענט אבאמא) און ריכטער מארק בענעט (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ)

די סטעיט דארף אצינד באשליסן אויב זיי ווילן אפעלירן די באשלוס צום פולן באנק אדער גאר צום סופרים קאורט וואו זיי האבן 90 טאג אריינצושיקן אזא ביטע
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”