רבי יהודה גרינוואלד זצ"ל - אב"ד וואיא - מח"ס יבא חיים - ג' סיון תרצ"א
ער איז געווען א תלמיד פון חתן סופר, שבט סופר, ייטב לב ועוד. און ער האט געהאט א גרויסע ישיבה אין וואיא. (ער איז קיין משפחה מיט סאטמאר רב רבי יהודא גרינוואלד זצ"ל).
זיין פאטער - ר' חיים גר"וו פון ניר מאדע - איז געווען א תלמיד פון כתב סופר, און איז געווען א ריזיגער נגיד, זיין איידעם איז געווען ר' יודל יאקאבאוויטש פון פעטענהאז, ביי די זיבעציג יאר האט ער צוטיילט די ירושה און זיך געזעצט לערנען, ביז די 91 ווען ער איז אוועק.
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' אברהם אהרן פריעדמאן ז"ל פון מוזשאי.
רבי יודא גר"וו איז אויך קודם געווען א גרויסע נגיד און געהאנדלט מיט פעלדער, אבער שפעטער האט ער אלס אויפגעגעבן צו קענען לערנען תורה מיט תלמידים, ער האט געהאט א גרויסע ישיבה אין וואיא, וואס איז געווען שטארק בארימט מיט א געוואלדיגע דרך הלימוד. ער זעלבסט איז געווען א גרויסע גאון און עילוי, חוץ פון דעם האט ער אויסגעלערנט זיינע תלמידים וויאזוי אליינס צו קענען אפלערנען א שטיקל גמרא און מחדש זיין חידושי תורה.
א חידוש וואס זיין ישיבה האט געהאט, אז מ'האט צוגעשטעלט עסן פאר די בחורים, ער האט עס אליינס אויסגעהאלטן מיט זיין ירושה פון זיין טאטן, און האט געשאפט געלט פאר דעם צוועק. דאס איז געווען א חידוש אין אונגארישע וואו מ'האט בד"כ געגעסן טעג אדער געקויפט פון די מענזא.
ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז זיין ישיבה געווען פארמאכט, אבער צוליב זיין תשוקה ווייטער צו משפיע זיין פאר תלמידים האט ער דעמאלטס מסדר געווען זיינע כתבים און געדרוקט דעם ספר יבא חיים. זייענדיג א געלונגענע מגיד האט ער דארט אריינגעלייגט אויף יעדע וואך חידושים בדרך דרוש צו זאגן פאר נישואין, ברית און הספדים.
ווי ער שרייבט האט ער עס אויסגעשטעלט פאר זיינע תלמידים אויף אן אופן אז זיי זאלן קענען פון דעם בויען וויייטערדיגע חידושים, אז ווען זיי דארפן ערגעץ אויפטרעטן זאלן זיי האבן וואס צו זאגן. די ספר איז לעצטנס איבערדגעדוקט געווארן אין דריי שיינע בענדער.
ער איז נפטר געווארן ג' סיון תרצ"א, און ליגט אין וואיא.
ער האט געהאט א זיין ר' יונה גרינוואלד, וואס איז ארויסגעקומען אויף אמעריקא, און ער האט געהאט א האטעל אין ניו זשערסי, דארט פלעגן פארקומען די אסיפות פון אגודת הרבנים.
און א זון ר' יחזקאל שרגא, פון סאבאלטש-באקע.