אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

@קרעדיט קארד
האסט שוין די נייע טשעיס קארד? מ'קען באקומען אסאך פוינטס
ביסט דא?
ביסט אויפגעשטאנען פארטאגס אדער פארשלאפן אזש געזאלט צאלן קנס?
כ'נעם נישט אן קיין תירוצים, מ'ברויך אבזארוואציעס.
וואס דארף איך ליידן ווייל דו ביסט פארשלאפן?
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6248
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קרעדיט קארד פארוואס געבסטו אויף ?... דאס האט דיר די פארטאגס שפאציר געלערנט?...
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

א שיינע חלום האב איך געזען

כ'האב מיר אנגעשטעלט די זייגער, כ'האב באמת געוואלט אויפשטיין פארטאגס, אז מ'לייגט זיך ווי א איד.

למעשה איז די תרדמה געווען היפש טיפער ווי געראכטן, אנשטאד צו אויפשטיין פארטאגס איז די חלום געווארן איינגעהילט מיט א פרישע חלום וועלכע האט מיר געמאכט פארגעסן פון אויפשטיין פארטאגס.

מיטאמאל זעה איך אין פארנט פון מיר א חלום, אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע שטייט אויף צוויי פיס, ער רופט זיך ביים נאמען קרעדיט קארט, אויף א חלום פרעגט מען נישט קיין קשיות.

ער הייבט מיר אן פרעגן פארוואס איך שטיי נישט אויף פארטאגס, כ'הייב אן קעקעצן, נאך א מזל כ'האב מיר פינקט דעמאלטס דערמאנט אז די מאמענט האט אויפגעהערט מיט די קאלום אויפשטיין פארטאגס אזוי האב איך מיר געגעבן אזא מירמעל אונטער אז איך קען נישט אויפשטיין צוליב וואס די קאלום איז פארשוואונדן געווארן און איך האב מיר נישט מיין התחזקות.

למעשה האט מיר די אבזערוואציע נישט געלאזט מיט די באבע תירוצים, ער גיט מיר אזא פרעג אויב מיין רבי וואלט אנגענומען אזא תירוץ.

ער הייבט אן זאגן אז אפגעזען וואס ס'גייט אריבער אויף א מענטש דארף מען אנגיין, מ'טאר נישט אנהענגען די אויפשטיין פארטאגס מיט א קאלום, א מענטש מוז זיין שטערקער.

איך גיב מיר א כאפ אויף פארסאפעוועט, איך שוויץ ווי אין ספא 42 און איך טרעף מיר מיט א לעקציע וואס איך האב באקומען אומזיסט דייקא דורך פארשלאפן פארטאגס.

@קרעדיט קארד
אוועטאר
מאפיא
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 8:26 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאפיא »

לאמיר ווייזן פאר @קרעדיט קארד ווי שטארק אונז דארפן איהם!!!!

לייקס דעים תגובה, אויב די ווילסט ער זאל פארזעצן מיט די אבזערוואציעס!!!
ווען וועלט וואלט געווען וועלט,
וואלט מען איינגעזעהן ווי אויס וועלט סאיז!!
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6248
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מאפיא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 1:44 am
לאמיר ווייזן פאר @קרעדיט קארד ווי שטארק אונז דארפן איהם!!!!

לייקס דעים תגובה, אויב די ווילסט ער זאל פארזעצן מיט די אבזערוואציעס!!!
ער איז אויפגערעגט און איך פארשטיי עים
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 2:28 am

קענסט ערקלערן מיט וואס, ס'איז דא צו זיין "אויפגערעגט?"
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.

רויטע קרעיאן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 8:29 am
fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 2:28 am
מאפיא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 1:44 am
לאמיר ווייזן פאר @קרעדיט קארד ווי שטארק אונז דארפן איהם!!!!

לייקס דעים תגובה, אויב די ווילסט ער זאל פארזעצן מיט די אבזערוואציעס!!!
ער איז אויפגערעגט און איך פארשטיי עים
קענסט ערקלערן מיט וואס, ס'איז דא צו זיין "אויפגערעגט?"
יא . זיין באליבסטער קאלום האט אויפגעהערט צו ערשיינען און נאכדעם וואס ער האט זיך געבעטן איז עס געפאלן אויף טויבע אויערן
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

עס ארבעט דא נישט מיט פארשטאנד אז זאכן מאכן זיך און זאכן פאסירן און אויב האט זיך א קאלום אפגעשטעלט, ווארשיינליך איז דא דערפאר א סיבה?

אויפגערעגט גאר?

מאמענט זיצט דען און טראכט וויאזוי מען קען צופיקסן די ליינער?
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6248
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

רויטע קרעיאן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 9:57 am
עס ארבעט דא נישט מיט פארשטאנד אז זאכן מאכן זיך און זאכן פאסירן און אויב האט זיך א קאלום אפגעשטעלט, ווארשיינליך איז דא דערפאר א סיבה?

אויפגערעגט גאר?

מאמענט זיצט דען און טראכט וויאזוי מען קען צופיקסן די ליינער?
נאכאמאל זיינע טענות זענען legit קענסט אראפנעמען וועלכע קאלום דו ווילסט אבער נישט קיין המשכה סמאכט זערא סענס אזא זאך.

און איינער וואס האט זעכער מהנה געווען די מאמענט שטאב נאכן ליינען זיינע קרישקילעך , זאג מיר נישט אז זיי ליינען נישט דא ווייל סאיז נישט אמת... - שרייט אז סבאדערט עים און קימט מיט לאגישע טענות און מען איגנעארירט עים פארשטיי איך אזא איינער איז אויפגערעגט
אוועטאר
רויטע קרעיאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע קרעיאן »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 1:10 pm
רויטע קרעיאן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 9:57 am
עס ארבעט דא נישט מיט פארשטאנד אז זאכן מאכן זיך און זאכן פאסירן און אויב האט זיך א קאלום אפגעשטעלט, ווארשיינליך איז דא דערפאר א סיבה?

אויפגערעגט גאר?

מאמענט זיצט דען און טראכט וויאזוי מען קען צופיקסן די ליינער?
נאכאמאל זיינע טענות זענען legit קענסט אראפנעמען וועלכע קאלום דו ווילסט אבער נישט קיין המשכה סמאכט זערא סענס אזא זאך.

און איינער וואס האט זעכער מהנה געווען די מאמענט שטאב נאכן ליינען זיינע קרישקילעך , זאג מיר נישט אז זיי ליינען נישט דא ווייל סאיז נישט אמת... - שרייט אז סבאדערט עים און קימט מיט לאגישע טענות און מען איגנעארירט עים פארשטיי איך אזא איינער איז אויפגערעגט
עס איז דא עפעס אזא רויטע קארפעט און גרינגשעצונג זיך צו ווארפן מיט קריטיק ווען עס קומט צו די מאגאזין רעדאקציע ווי כאילו זיי זענען נישט קיין ערוואקסענע און ערפארענע מיטגלידער אין א פירמע צו קענען מאכן באשלוסן.

ווען א לופטפעלד באשליסט צו אראפווארפן א טערמינאל געביידע און איבערבויען א שטאק, אדער ווען א שפיטאל הייסט דיר פארלאזן א פאציענט, פארשטייסטו אז עס איז דא א סיסטעם און זיי ווייסן וואס זיי טוען, נישט דא קיין קעגנערשאפט אדער אויפשטאנד.

הינטער א מאגאזין באהאלטן זיך פונקט אזוי באשלוסן, הינטער די קוליסן אקטיוויטעטן, צומאל וויל מער נישט א קאלומניסט אנגיין צוליב אייגענע סיבות, אמאל איז עס אסאך פידבעק פון ליינער אדער ראטגעבער וועלכע פארמאגן ערפארונג אין דעם פעלד.

קומסט נאך מיט אזא גאנצע דריידל, אז פארשטייסט דעם בעל האשכול וואס שרייבט שיינע פידבעק אויפ'ן מאמענט, אז ער זאל זיין בייז אז מען האט אפגעשטעלט א קאלום ווען זיין מאיעסטעט האט אליינס געבעטן מען זאל דאס פארזעצן.

אנטשולדיגט, גיב אביסל פלאץ פאר רעדאקציע מיטגלידער צו באשליסן וואס עס איז ריכטיג פאר די מאגאזין, זיי מיינען נאך אזוי די טובה פון זייער אויסגאבע ווי עטליכע פארשלייערטע ניקס וועלכע טראגן נישט דאס מינדענסטע פאראנטווארטליכקייט און פירקלען תגובות.

עס איז געוויס שיין אז איינער ווידמעט זיין צייט צו שרייבן פידבעק פאר זיין באליבטע מאגאזין אבער דאס גייט נישט מיט אן אויטאמאטישע מאכט צו קענען פארלאנגען וועלכע קאלומס צו לאזן לויפן און װעלכע נישט, עס איז מאדנע ביז גאר וואס דא קומט פאר, מען האט בערג פון טענות אויף א זאך וואס אפערירט מיט סיבות, אגענדעס און פילע דעטאלן וועלכע דארפן גענומען ווערן אין באטראכט.

דערצו קומט א טויש וואס קיינער האט נישט פארגעזען און צוויי מאגאזינען זענען געווארן צוזאמגעשטעלט און עס נעמט געוויס צייט ביז די רעדאקטארן און מיטגלידער שאפן א פאראייניגטע פראדוקט מיט א געשמאקע כעמיע, פארשטאנד און הארמאניע.

אלס ליינער פון דער ערשטער טאג, גיב איך מאמענט די 'ספעיס' צו מאכן באשלוסן, און א פארדינטער קאמפלימענט פאר די רעדאקציע װעלכע ארבעט שווער צו ארויסגעבן יעדע וואך א שיינע ביכל, אמאל בעסער און אמאל אסאך אסאך בעסער.

ספעציעל מיט אינפלאציע, ווייניגער עדס און ווייניגער עשירים צו אינטערוויואירן.

קיעפ איט אפּ חברה, די גערודער מאכער זענען א מינאריטעט.
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”