אין די ליכט פון די ביפער/פעידזשער אקציע.
אין ליכט פון די ביפער אקציע קעגן די חיזבאללה טעראר ארגענעזאציע דורכגעפירט דורך מדינת ישראל ווי זיי האבן געטעמפערט מיט די ביפערס בעפארן ווערן דעליווערד צו די חיזבאללה טעראר גרופע בערך 5 חדשים צוריק און זיי האבן אריינגעלייגט אויפרייס מאטעריעל און אזוי אויך א מהלך עס צו קענען קאנטראלירן פון דערווייטענס (און מעגליך אויך נאכגיין..).
און די רעזאלטאטן האבן נישט געשםעטיגט און היינט איז פארגעקומען די מאסיווע ביפער אטאקע וואס האט רעזאלטאט אין מאסיווע כאאס פארוואנדערטע טויטע.
האב איך אנגעהויבן טראכטן טשיינא וואס איז די גרעסטע סופלייער פון גאאדס פאר אמעריקא פון סעלפאונס קאמפיוטערס ביז קליינטשיגע ספינערס אינקלודינג ארגענייזערס מיט ביפערס.. איז פארוואס אין די וועלט זאלן זיי נישט האבן געטון די זעלבע מיט חפצים וואס ווערן דעליווערד קיין אמעריקא צו ציווילע בירגער, צו קאנגרעסלייט, הויכראנגיגע שפיאנאזש פירער.. און וויאזוי איז אמעריקא בכלל פארזיכערט דערקעגן.
זיי קענען פשוט אריינלייגן א קליינע טשיפ צו שפיאנירן, צו קאנטראלירן, צו אויפרייסן..
א טריט ווייטער. אויב א קאנגרעסמאן ארדערד עפעס אויף שעין, טעמו, אלי באבא, וכו און די טשייניזע גאווערמענט וואס איז א שותף אין אלעם באקומט אן אלערט אויף די ארדער, באקומט יענעם'ס חפץ גלייך א טשיפ וכו וכו..
ס'איז אינטערסאנט צו הערן ווי ווייט אמעריקא איז אפגעהיטן פון דעם, און צו ס'איז בכלל שייך זיך אפצוהיטן דערפון.
וואס איז זיכער ס'כאפט א שטיקל פחד וואס מ'קען אנווערטשאפטן מיט א קליינע מאשינקע.